top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גמר המקח דורכגעפירט אויף פרישע בית מקדש מעט אין תל תפליות פאר חסידי באבוב אין עיה"ק ירושלים

דינסטאג פ' כי תצא - ה' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


אין עיה"ק ירושלים איז נעכטן דורכגעפירט געווארן די היסטארישע גמר המקח דורך הנהלת מוסדות באבוב בארה"ק וועלכע האבן געשלאסן קאנטראקט אויף דעם ריזן 'שטח' בטיבורה פונעם שטאט ירושלים אויף רחוב שמגר ביים ווינקל פון תכלת מרדכי אין צענטער פון שטאט, דער מאסיווער שטח איז היינט אריבער אונטער פולע בעלות פון ק"ק באבוב אויפצובויען א מעכטיגן תל תלפּיות א ביהמ״ד הגדול והחדש צום באנוץ פון חסידי באבוב תושבי עיה''ק ירושלים.


ווי ברייט באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ביים יארצייט טיש ראש חודש אב העעל''ט פראקלאמירט די פריידיגע בשורה איבער די אויפבוי פון א פרישע גיגאנטישע בית מקדש מעט בתוככי עיה''ק ירושלים.


אצינד נאכן אויסארבעטן אלע לעגאלע אין טעכנישע דעטאלן ארום דעם מקח איז פארגעקומען דער קלאוזינג אין שטוב פון העסקן הרב דוד ראטה מגדולי עסקני קהילת באבוב אין ארץ ישראל, במעמד פון הגה''צ אבד''ק קרית באבוב שליט''א אין די הנהלת הקהילה והמוסדות, וואו מען איז איבערגעגאנגען די פרטים פון דעם מקח, ונכתב בשטר וואס איז דערנאך אונטערגעשריבן געווארן דורך די די חברי הנהלת הקהלה.


עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים אין דערמיט איז געשלאסן געווארן דער גמר המקח, ווען אין די זעלבע צייט גרייט מען זיך אנצוהייבן מיט די ארבעט, אויפצובויען דעם בית גדול שמגדלין בו תורה ותפילה כלול בהדרו לשם ולתפארת.


דער ריזן מולטי מיליאן דאללער'דיגע אונטערנעמונג איז צושטאנד געקומען מיט די הילף פון די גרעסטע אלוועלטליכע באבוב'ער פילאנטראפן וועלכע האבן זיך געשטעלט בעוז וברמה לימינם פון די חברי הנהלת הקהילה מיט שווערע מיליאנען צו קענען אדורכפירן דעם טראנזאקציע.



Comments


bottom of page