top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד יסוד במעונו פון האד' מסקווירא פאר נייעם מפעל 'עמודי העולם' צו דאפלען געהאלט פון אברכי הכוללים

דינסטאג פ' בראשית • כ"ה תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין א מעכטיגע באגריסנדע שריט פון כבוד התורה ולומדיה, איז דעם יום טוב געמאלדן געווארן די היסטארישע נייעס בחצר הקודש סקווירא, איבער די גרינדונג פון א נייע מפעל "עמודי העולם" מיטן ציהל צו דראסטיש העכערן די געהאלט פון די כולל אינגעלייט, און צולייגן אזויפיל ווי "דאפלט" צו די ביז יעצטיגע געהאלט.


די היסטארישע נייעס איז געמאלדן געווארן ביום שמיני עצרת בעפאר קריאת התורה, ווען העסקן הדגול הרב מענדיל בערגער מראשי קהילה קדושה שיכון סקווירא, האט אויסגערופן בפני ובנוכחות כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א די דראמאטישע נייעס, אז אנגעהויבן פון דעם פרישן ווינטער זמן אין די מרכז הכוללים דשיכון סקווירא, וועט די הנהלת הכולל דאפלען די געהאלט פון ביז יעצט, און מען וועט קענען ארויסגיין מיט אזויפיל ווי דרייצן הונדערט דאללער מדי חודש בחודשו.


די היסטארישע דערגרייכונג קומט אדאנק די איבערמידליכע ארבעט פון א גרופע עסקנים און תורה טרייע בעלי בתים, וועלכע האבן גענומען אויף זיך דעם מאלטי מיליאן דאללערדיגע פראיעקט, אין צוזאמענארבעט פונעם רבינס צדקה קאסע 'שקל הקודש' אין די הנהלת מרכז הכוללים דשיכון סקווירא, אויפצוהייבן די כבוד התורה און די כתר התורה פאר די לומדי תורה. פארלאפענע וואך חול המועד סוכות איז פארגעקומען א מסיבת לחיים במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א לכבוד די היסטארישע דערגרייכונג, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און פארטיילט לעקאך פאר די עסקנים.


מיט היסטאריש פרייליכע געפילן האבן אלפי חסידי סקווירא אויפגענומען די דראסטישע כבוד התורה נייעס, שטייענדיג געציילטע טעג איידער די התחלת זמן הלימודים ראש חודש חשון תשפ"ד, ווען די אינגעלייט וועלן שוין פאקטיש באקומען די געהעכערטע געהאלט, און געניסן פון פיל מער הרחבת הדעת צו קענען לערנען מיט א רואיגקייט, און ווייטער פארשענערן און אויפבליען דעם עמוד התורה וואס פארשיינט אויף נאנט און ווייט.


























Comments


bottom of page