מונטאג פ' שופטים - כ"ז אב תשפ"ג | קול בחצרות
אין די לעצטע שעות ווען עס איז געפראוועט געווארן דער יומא דהילולא רבה פון מרן הרה''ק מסאטמאר זיע"א, האט ממלא מקומו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויפגעטרעטן ביי די גרויסע סעודת הילולא בהשתתפות אלפי תלמידים וחסידים, אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל, וואו דער רבי האט גע'חזר'ט מערערע פונקטן במשנתו הטהורה, ארומרעדנדיג פון די פייערדיגע מלחמה לה' פונעם פעטער ז"ל קעגן דעם נגע הציונות וואס מיר דארפן ווייטער אנהאלטן; מחזק צו זיין טהרת הקודש; שטורמישע ווערטער בעניני צניעות וכיסוי ראש, פארשידענע ענינים בחינוך הבנים און איבער נישט שיקן בחורים לערנען אויף הפקר אין ארץ ישראל; קעגן די מהרסים וואס זיכן צו צוברעכן די כח פון די עדה החרדית און נאך ענינים.
דאן האט דער רבי שליט"א אויסגערופן אז דער שטאט "קרית יואל" איז זיך ב"ה צעוואקסן אין אלע זייטן, און אזוי מ'האט שוין בעבר גערעדט אז "קרית יואל" איז נישט באגרעניצט צו א פיזישע ווילעדזש, נאר איבעראל וואו מען שפרייט זיך אויס איז א חלק פון קרית יואל, די קדושה האט נישט קיין גבולים און עס שפרייט זיך אויס! און מיט'ן דאס רופן מיט'ן נאמען "קרית יואל" וועט דער נאמען מגין זיין אז דער זכות פונעם צדיק זאל משפיע זיין קדושה!
דעריבער, האט דער רבי אויסגעפירט, דארפן אויך די פרעמדע וויסן, אז יעדער וואס ציט זיך אהער אין איינע פון די נייע געגנטער פון קרית יואל, איז דאס אדעתא דהכי אז ער מוז מקבל זיין "חומרת המקום שהלך לשם", און ער טאר נישט משנה זיין קיין זיז כלשהו פון וואס דער מייסד העיר הרה''ק מסאטמאר זיע''א האט אונז געלערנט! און נאר אזוי וועט די שטאט בלייבן א הייליגע שטאט בע"ה.
כדי משרה צו זיין קדושת המקום און פארזיכערן א אייביגע המשכה פונעם קדושה פון "קרית יואל", האט דער רבי שליט"א אויסגערופן אז ער וועט יעצט קורא שם זיין די אלע געגנטער, אלע שכונות, אויף די נאמען פון הייליגע צדיקים, עס זאל נישט טראגן די גויאישע נעמען נאר הייליגע נעמען אזויווי די ביז יעצטיגע שכונות אינערהאלב קרית יואל. דער רבי האט אנגעכאפט 7 געגנטער וואס זענען שוין שטארק באוואוינט, 3 דערפון זענען אונטער די ווילעדזש פון "סאוט בלומינגראוו", 3 זענען אונטער די טאון און ווילעדזש פון "וואודבורי", און 1 איז אונטער "טאון אוו מאנרא". ואלו שמותן:
די געגנט פון 'דאלאס' וועט גערופן ווערן שכונת דברי חיים, די 'ווירדזשיניע' געגנט: שכונת זרע קודש, די 'לעיק שאור' געגנט: שכונת שאגת ארי', די 'וואודבורי ווילאס' פראיעקט: שכונת חתם סופר, די 'סמיט גארדענס' אומגעגנט: שכונת ברוך טעם די 'קאנטרי האלא' אומגעגנט: שכונת חכם צבי, אין די געגנט ארום 'היילענד לעיק עסטעיטס': שכונת בית יוסף.
שמא קגרים! דער רבי האט אויסגעפירט אז מיט'ן זיך רופן מיט די הייליגע נעמען וועט מען משפיע זיין רוחניות און גשמיות פאר אלע תושבים, תושבי קרית יואל, און מ'וועט קענען ווייטער אויפציען ערליכע אידישע דורות לה' ולתורתו אזוי ווי דער בעל ההילולא האט געוואלט, בלי שום שינוי, כן יהי רצון!.
Comments