top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקשו רחמים: הגאון רבי אהרן שעכטער ראש ישיבת רבינו חיים בערלין אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל

דאנערשטאג פ' שופטים - ל' אב תשפ"ג | קול בחצרות


תורה הקדושה התחנני בבקשה


כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פונעם זקן ראשי הישיבות אין אמעריקא הגאון הגדול רבי אהרן שעכטער שליט''א ראש ישיבת רבינו חיים בערלין וחבר מועצת גדולי התורה וואס איז נעכטן מיטוואך אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן געזונט צושטאנד.


דער ראש ישיבה איז שוין נישט בקו הבריאות די לעצטע צוויי יאהר אין אצינד האט זיך דער מצב פארערגערט אין מען איז אנגעוואנדן אין תפילות ישראל, דער נאמען צו מתפלל זיין אין מרן אהרן משה בן פרומא רחל לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.



bottom of page