top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות ביי חסידי נדבורנה ירושלים צום חתונה פון הכלה תחי' יונגסטער קינד ביים רבי'ן שליט"א

דינסטאג פ' עקב - י"ד אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרדיט שוקי לרר


ברגשי גיל וחדוה גרייטן זיך פילע חסידים ואנשי מעשה צו די געהויבענע שמחה בבית צדיקים, די גרויסע טאג כ"א אב ביום שנכפל בו כי טוב, ווען כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א וועט אונטערפירן בתו הצעירה אונטער די חופה, מיט החתן פרי עץ חיים פאר מקדושים, א זון פון הרה"צ ר' מאיר עמנואל האגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ישראל אליעזר האגער שליט"א אב"ד סערט ויזניץ ירושלים, און איידעם ביי הגה"צ ר' יצחק דוד הורוויץ שליט"א אב"ד ראצפערט בראזיל.


די חסידים ציילן שוין די טעג צו די געהויבענע שמחה, די גרויסע חתונה וואס וועט געפראוועט ווערן בקול צהלה ורנה והמון חוגג במעמד קהל רב, דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת ראה כ"א אב, אינעם ריזן אודיטוריום אין בני ברק, וואו עס איז ערווארטעט א גרויסע ציבור חסידים, אין שפיץ פון אדמורי"ם ורבנים ראשי ישיבות וזקני העדה.


אין די יעצטיגע טעג טוט כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א ארויפגיין לבתי אדמורי"ם ורבנים איינצולאדענען צו די גרויסע שמחת החתונה, און אזוי אויך איז דער רבי אנגעקומען צו פוקד זיין די מקומות הקדושים, קברי צדיקים אין ארץ ישראל מתפלל צו זיין לקראת די גרויסע שמחה, צווישן אנדערע האט די רבי באזוכט ביי האדמור''ים מראחמסטריווקא, ערלוי, ביאלא, פינסק קרלין, קרעטשניף ירושלים, קרעטשניף סיגעט, פאריסוב, קופיטשניץ, הגה''צ ר' יעקב מאיר שכטר, אין ביי די ברידער האדמורי''ם מנדבורנה פון ביתר אין אלעד.


קומענדיגן דאנערשטאג וועט פארקומען א ספעציעלע סדר לימוד שעות רצופות דורך אלע בחורי החסידות, וואו מען וועט הערן גייסטרייכע דרשות מפי מגידים מפורסמים. שבת קודש וועט געפראוועט ווערן די שמחת הבאווארפן בבית מדרשו פונעם אבי החתן אין שטאט בית שמש.


דינסטאג ביום החופה וועט זיין ספעציעלע זמני כניסה ביים רבי'ן להיפקד בדבר ישועה ורחמים בהאי עידנא דחדוותא, די הויכפונקט פון די שמחה וועט זיין די מעמד המצוה טאנץ, וואס איז ווי באקאנט א גאר געהויבענע עבודה ביים רבי'ן, ווען דער רבי הייבט דעם ציבור טפחיים ולמעלה מעל הקרקע.


מיטוואך ממחרת החתונה וועט פארקומען א ספעציעלע שבע ברכות אין די מיטאג שעה'ן פאר ד פילע אורחים פון אויסלאנד, און ביינאכט וועט פארקומען די שמחת השבע ברכות פאר אלע בחורי החסידות אין די טשעכנובע זאל אין רמת שלמה.


די שבת שבע ברכות וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אין ביהמ"ד גדול נדבורנא אין ירושלים, וואו עס איז ערווארטעט א ריזן צאל געסט חסידים פון אלע שטעט, וואס וועלן קומען מיטהאלטן די געהויבענע שבת של שמחה בצל הקודש. די תפילות און מיטאג טיש וועט פארקומען אין זאל פון ישיבת אור החיים, און די טיש ליל שב"ק אין היכל ביהמ"ד הגדול.


מאנטאג וועט פארקומען די צענטראלע שמחת השבע ברכות בחצר הקודש, געאייגענט פאר די אברכי החסידות וזקני העדה, די שבע ברכות וועט פארקומען אין די זאלן פון סוכת דוד אין ירושלים.


א ספעציעלע וועד פון עסקנים זענען אין די יעצטיגע טעג פארנומען צוצוגרייטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, נאכן ערהאלטן ברכת הקודש פונעם געהויבענעם בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א, להיוושע בכל מילי דמיטב.

תגובות


bottom of page