top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

עודכן: 26 בדצמ׳ 2023


דאנערשטאג פ' שופטים - ל' אב תשפ"ג | קול בחצרות

 

‏‏דער ריזן 'שאטער הגדול' ווי הרה"צ רבי אלימלך בידרמאן שליט"א מלעלוב וועט פראווענען די וואך שבת קודש לרגל די שבת אויפרוף פון בנו החתן, ווערט אויפגעבויט ברחבות ירושלים.

האדמו"ר מוויז'ניץ אויף א שפאציר אינעם שטעטל חלדודנא אין ענגלאנד אינאיינעם מיט מקורבו חבר הכנסת ר' יעקב טעסלער.

אבי יתומים * האדמו"ר מוויז'ניץ גייענדיג אין שוהל ערב שבת מיט א יתום וועם די רבי האט ספעציעל געלאדענט אויף שבת קיין שווייץ.

האדמו"ר ממחנובקא בעלזא באגעגענט זיך מיט הרב שמואל רבינוביץ רב הכותל והמקומות הקדושים נאך א תפילה ביים כותל המערבי.

די נייע פענסטער בביתו נאווה קודש פון האדמו"ר מגור שליט"א ווי די חסידים וועלן דורכגיין לברך ולהתברך לקראת די הייליגע טעג.

הרבני הנגיד הרב בערל ווייס פון לאס אנגעלעס ווערט געזעהן דעם פארלאפענעם כ"ו אב ביים ציון הקדוש פון הרה"ק מסאטמאר זיע"א ביומא דהילולא.

לעצטע הכנות ווערן געמאכט בעולם הישיבות צום נייעם אלול זמן וואס האט זיך אנגעהויבן די וואך בעזרת השם. אינעם ווידיאו ווערן געזען פילע בעלזא בחורים ביים אנקומען קיין ארץ ישראל לערנען אין די ישיבת הקדושות דחסידי בעלזא ווי זיי זענען אפגעווארט געווארן אינעם לופטפעלד דורך הנהלת מרכז מוסדות בעלזא.

האדמו"ר מסקולען לעקוואד שליט"א באגעגענט זיך מיטן חב"ד שליח אינעם JFK לופטפעלד זייענדיג אויפן וועג קיין בארזיל.

באחים האדמור"ים בני כ"ק אדמו"ר הרה"ק מרחמיסטריווקא זצוק"ל האט קרישקעס באמערקט אין א ברידערליכע שמועס איידערן מסע הלווי' אין בית מדרשו הגדול אין בארא פארק.

האדמו"ר מקרעטשניף ארויסקומענדיג פון נחום אבילים בחצר הקודש רחמיסטריווקא אין בארא פארק.

דער שטוהל פון האדמו''ר מסקווירא אויפן וועג צום לוי' אין רחמיסטריווקא.

שיין בידל פון הרה''ק מרחמיסטריווקא ביים שמחת הבר מצוה פון יבלחט''א האדמו''ר מאמשינאוו ארה"ב.

דער בארימטער משפיע הרב אמנון יצחק בנאות דשא אויף א שיפל אין ניו יארק.

דער משמח אלוקים ואנשים יארמאער רב שליט"א אויף אפרוה אין פלארידע.

קאשקעטלעך עפאכע....

האדמו"ר מיאוואזאנא שליט"א נאכן מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פון הרה"ק מריבניץ זיע"א ערב ראש חודש אלול.

האדמו"ר מבראד אויף א באזוך אין תלמוד תורה ריבניץ אין עיר הקודש צפת.

האדמו"ר ממעזבוז ביים טיש לכבוד ראש חודש אלול.

לכבוד די שמחה בבית המשפיע רבי אלימלך בידערמאן ערשיינט לאור עולם דעם נייעם ספר באר החיים אויף די ענגלישע שפראך.

דער בארימטער פאטאגרעפירער ר' אבי סורקיס בקודש פנימה ביי האדמו"ר מטאהש ווי ער איז אריין מיט א קוויטל בעצם יומא דהילולא פון הרה"ק מטאהש זיע"א.

העסקן הרב יודל שפיצער טרעטאויף ביים צענטראלער סעודה הילולא די וואך בחצר הקודש תולדות צבי ספינקא וואס איז פארגעקומען אינעם ריזן חב"ד צענטער אין ניו דזעזרי.

הגה"צ מאיר חיים געשטעטנער וואס איז אויפגענימען געווארן אלס רב אינעם ביהמ"ד דקהל מחזיקי הדת אין שטאט מאנטשעסטער, ביים ערשטן תפילין לייגן נאכן זיך אריבערציען די וואך צום שטאט מאנטשעסטער אנצופירן דעם בית מדרש לשם ולתהלה.

הגה"צ רבי דוד משה הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר משענדישוב האט קרישקעס באמערקט ארויפגיין צום שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי ארומגענומען מיט בחורים מבקשי השם.

דער מגיד מישרים הרב ר' הלל יואל קעפעטש ביים אויף טרעטן אין די סאטמארע בחורים קעמפ מיט א יסודות'דיגע שמועס כהכנה לישיבה גדולה, א דרשה וואס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו זעקס שעה.

ר’ יעקב הערצאג דער אידישער רב פון סאודיע אראביע האט זיך געטראפן מיט די ארטיגע גייסטישע שעיך אל- ראמאדי אין אים אויסגעלערנט די שבע מצות בני נח וואס אלע גוים זענען באפוילן געווארן איינצוהאלטן. ווי די רב זאגט זענען די איינוואוינער אין סאודי אראביע גאר העפליך און דריקן אויס שטארקע שעצע פאר אידן.

אן הערליך געמאלן בילד פון הרה"ק מלאבאוויטש זיע"א.


א ברכת מזל טוב פאר ר' טוביה לאנדא נכדו ונאמן ביתו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דב לאנדא לרגל הולדת הבן למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פארן משמש בקודש פון האדמו"ר מבעלזא הרב מיכל פירר לרגל דעם שידוך שליסן פון די ערשטע אייניקל, איר אייניקל פונעם לאגענדארע גבאי הרב אליעזר וינד, מיט די טאכטער פון הרב שלום דאמען זוהן פונעם בעל המנגן הרב ירמיה דאמען.


Comments


bottom of page