מונטאג פ' כי תצא - ד' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א וועלכע האט זיך היינט ארויסגעלאזט אויף א קורצע נסיעה קיין לאנדאן לרגל א משפחה שמחה, האט היינט נאכמיטאג געלאנדעט אין שטאט פראנקפורט אין דייטשלאנד אויף א קורצע אפשטעל פון עטליכע שעה וואו די רבי איז אריינגעפארן אין שטאט אין פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון הרה''ק רבי ישראל דער ינוקא פון סטאלין זיע''א, מתפלל צו זיין לישועת הכלל והפרט לקראת די הייליגע טעג, די רבי האט אנגעצינדן ליכט ביים טויער פונעם בית החיים זייענדיג א כהן אין דערנאך אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהילים. שפעטער נאכמיטאג האט די רבי ממשיך געוועהן די נסיעה קיין לאנדאן לרגל די חתונה בבית גיסו הגה"צ רבי שמעון אברהם גרינפעלד זצ"ל אב"ד סעמיהאלי בני ברק וואס קומט פאר די וואך מיטוואך אין לאנדאן.
Comments