דאנערשטאג פ' וזאת הברכה • י"ג תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
א היסטארישע נייעס איז היינט געמאלדן פון בית כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אז צום ערשטן מאל אין היסטאריע וועט דער רב שליט''א פראווענען א יום טוב סעודה דעם קומענדיגן חול המועד, געאייגענט ספעציעל פאר א קבוצה נכבדה פון נגידים ותומכים, וואס שליסן זיך אן אלס שותפים אוועקצושטעלן א קרן יסוד פאר די נייע בעלזא ישיבה אין שטאט אלעד.
די היסטארישע מעמד וועט געוויס זיין די ערשטע מאל אין בעלזא היסטאריע, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועט פערזענליך פראווענען א יום טוב סעודה מיט גבירים, כשהמלך במסיבו מיט די נדיבים בעם, נאך וואס דער בעלזא רב באשיינט כמעט קיינמאל נישט קיין פריוואטע מסיבות באנקעטן אין געלט אקציע'ס וכדומה.
די היסטארישע מסיבת קודש און סעודת יום טוב וועט פארקומען דעם קומענדיגן מיטוואך די פערטע טאג חול המועד בארץ הקודש, אין די פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וואו עס ווערן געלאדענט א געקליבענע צאל נגידים ותומכים סיי פון ארץ ישראל און סיי פון אויסלאנד, פאר זייער פאנטאסטישע נדבות פון 250 טויזענט דאללער אין העכער פאר די אויפבוי פון די נייע קרית הישיבה דחסידי בעלזא אין שטאט אלעד.
די מעכטיגע ישיבה סיסטעם בחצר הקודש בעלזא האלט שוין אצינד ביי די אכטע ישיבה גדולה אין ארץ ישראל, און אויף דעם קומענדיגן שנת הלימודים וועט זיך די נייע ישיבה עפענען אין שטאט אלעד, מיט אירע פינף הונדערט תלמידים בלי עין הרע. אצינד האלט מען ביים אויפבויען די נייע בנין הישיבה לשם ולתפארת, ולכבוד ממלכת בית בעלזא.
תגובות