דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א דראמאטישע שריט האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ארויסגעגעבן די הוראת הקודש, אז אלע חסידים וואס וואוינען אין שטאט חצור אין צפון ארץ ישראל, און האבן נישט קיין באמבע שעלטערס אינדערהיים, זאלן זאפארט פארלאזן די שטאט חצור, און אריבערקומען אין די צענטראלע שטעט אין ארץ ישראל.
דאס קומט נאכדעם וואס אסאך גערער חסידים וואס וואוינען אין חצור האבן אנגעפרעגט ביים רבי'ן וואס צו טון, אין די צייט וואס די מצב אין צפון איז היבש אנגעצויגן צוליב די אומרוען פון די חיזבאלא טעראר גרופע אין לבנון. אצינד האט דער גערער רבי געהייסן אז אלע חסידים וואס האבן נישט א באמבע שעלטער אונטער זייער הויז, זאלן פארלאזן די געגנט, און זיך אריבערציען צו די צענטראלע שטעט אין ארץ ישראל פאר ביזדערווייל עד יעבור זעם.
Comentários