top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לאנדאן • האד' מדושינסקיא באזוכט אינעם נייעם בנין הת"ת דחסידי דושינסקיא

דינסטאג פ' דברים - כ"ט תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א וואס איז צוגאסט די טעג אין לאנדאן אויףך א ביקור חיזוק בקרב חסידיו האט דעם זינטאג באזוכט אין די נייע בנין פון תלמוד תורה דושינסקיא המתנוסס לתפארה על טהרת הקודש. די ילדי הת''ת האבן אויפגענומען דעם רבי'ן בשירה וזמרה און דער רבי האט ארומשפאצירט אין אלע כתות אינעם גאנצן בנין און זיך נאכגעפרעגט ביי די מנהלי התלמוד תורה אין די מחנכים אויף די סדרי הלימודים, דערנאך זענען די קינדער אריבער ביין רבי'ן מקבל זיין ברכת קדשו און דער רבי האט פארטיילט מיני מתיקה פאר די קינדער.


דערנאך האבן זיך אלע קינדער צוזאנמגענומען אינאיינעם אויף א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן שליט''א וואו מ'האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה שטייענדיג אין די ימי בין המצרים, און דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז ער האט שוין יוצא געווען 'תיקון חצות' פון די הארציגע ניגונים וואס די קינדער האבן געזינגען פון וואס די הארץ האט געקענט צוגיין. דערנאך האט דער רבי קובע מזוזות געווען ביי איינע פון די כתות און אפגעראכטן א מסיבת לחיים מיט די באטיילעגונג פון די צוות התלמוד תורה און די מנהלי המוסדות און דער רבי האט געוואונטשן מברכת קדשו.






























Comentarios


bottom of page