top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד סיום סדר נזיקין דורך מפעל יקצורו דחסידי צאנז פארגעקומען במעון קדשו פון האד' מצאנז

פרייטאג פ' דברים - ג' אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


א גייסט פון כבוד ושמחת התורה האט געהערשט דעם זינטאג אין קרית צאנז נתניה ווען עס האבן זיך צוזאמגענומען ארום זעכציג יונגעלייט אברכי הכוללים דחסידי צאנז אין ארץ ישראל אריינגערעכנט נתניה, טבריה, ירושלים און חיפה וואס זענען אנגעשלאסן אין די מסגרת פון מפעל הש"ס און פאהערן זיך אויף צוואנציג בלאט א חודש, לרגל סיום לימוד סדר נזיקין אין ראם פון מפעל הש"ס, ווי נאכן דורכלערנען און זיך פארהערן ברוב עמל ויגיעה האבן די יונגעלייט זוכה געווען לברך על המוגמר בסייעתא דשמייא און פייערן דעם יומא טבא לרבנן.


די מעמד איז ארגאנעזירט געווארן דורך הרה"צ רבי מאיר משולם האלברשטאם בן זקונים פון כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א וועלעכע דינט אלס ראש כולל מפעל הש"ס פון דעם מסגרת אין רשת הכוללים מרכז התורה אין קרית צאנז נתניה צוזאמען מיט די וועד ראשי הכוללים 'יקצורו'.


די הערליכע מעמד איז פארגעקומען בפלטרין של מלך אין די זאלן במעון קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וואס איז צוגעגרייט געווארן אויף א פרעכטיגע פארנעם לכבודם פון די צורבי מרבנן, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע סעודה של מצווה ברוב פאר והדר לכבוד התורה ולומדיה, באגלייט מיט קול נעימה וזמרה דורך די בארימטע אזמרה קאפעליע וועלעכע האבן וואקאליש פארגעזינגען פּרקי שירה וזמרה לכבוד העם הנאספים.















Comments


bottom of page