דינסטאג פ' שופטים - כ"ח אב תשפ"ג | קול בחצרות
אויך דאס יאהר וועט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א ארומפארן צווישן די שטעט לענגאויס ארץ ישראל אויפצונעמען קהל עדת צאן מרעיתו בפתקי דרחמי לקראת די ימי הרחמים והסליחות המשמשין ובאין ולהתברך בברכת השנים.
צו פארגרינגערן די נסיעות וואס די רבי נעמט אונטער מידי יום ביומו בטירחה דגברא רבה אין בפרט די יעצטיגע תקופה ווען די רבי ליידט פון א חולשה אויף די פיס האבן די עסקנים איינגערישט א נייע ספרינטער, א גרויסע ווען אין וואס דער רבי זאל קענען פארן די לאנגע שטרעקעס מיט א רואיגקייט אן קיין איבריגע טירחות.
פונעם רבינ'ס שטוב איז היינט ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה מיט די סדר הקבלת קהל פון די קומעדיגע דריי וואכן אין אלע שטעט איבער גאנץ ארץ הקודש, היינט דינסטיג וועט די רבי שליט"א אנהייבן דעם קבלת קהל און עיה"ק צפת לשמחת לבם פון חסידי צאנז תושבי העיר נאך א צייט אפשניט פון פיר יאהר וואס די רבי שליט"א האט נישט באזוכט אין שטאט, די רבי שליט"א וועט אויפנעמען דעם ציבור חסידים תושבי העיר בבית מדרשו אויף רח' תרפ"ט אין אלט שטאט צפת.
מארגן מיטוואך וועט די רבי אויפנעמען אין בית שמש, די קומעדיגע וואך וועט די רבי אויפנעמען אין ביתר, חיפה, אין א וואך דערויף אין קרית צאנז טבריה. דורכאויס די וואך פון נצבים - וילך וועט די רבי שליט"א אנקומען קיין ירושלים, אין בני ברק, אין אזוי אויך וועלן זיין באזונדערע זמני כניסה במעון קדשו אין קרית צאנז נתניה.
*
די נייע ספרינטער ווען וואס איז איינגערישט געווארן פארן רבי'ן אויף דעם חודש אלול
留言