מיטוואך פ' מטות מסעי - כ"ג תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
שלומי אמוני ישראל איבער די וועלט אין תושבי עיה''ק ירושלים בפרט בני "העדה החרדית" גרייטן זיך אין די טעג אפצוצייכענען די ערשטע יארצייט פון הגה"ק רבי יצחק טובי' ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים עיה"ק ומרא דארעא קדישא, וועלכער איז נסתלק געווארן דעם פאַרלאָפענעם ב' מנחם אב תשפ"ב.
עס גלייבט זיך שווער, אַ ז ס'איז שוין אַ דורך אגאנצער יאר זינט די הסתלקות פון דעם גאון וצדיק דער ירושלימער רב זצ"ל ווען עס האט זיך געשלאסן אַ תקופה פון באלד הונדערטער יאהר הרבצת תורה, הוראה והלכה בישראל, עס איז אַוועקגעריסן געווארן פון כלל ישראל א רב פון די שרידי דור הישן, וועלכער האט סימבאליזירט מיט זיין וועזן תורה, צדקות, יראה און קנאת ה' צבקות.
יעצט שטייענדיג ערב דעם ערשטן יארצייט גרייט מען זיך אפצורעכטן אן "עצרת מסּפד והתעוררות" וואס איז פאררופן געווארן דורך די "העדה החרדית" און וועט פארקומען דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת דברים - חזון, ב' מנחם אב אין ביהמ"ד הגדול "היכל מהרי"צ דושינסקיא", דער ארט וואו דער רב זצ"ל האט לאַ נגע יארן אויפגעטראטן מיט זיינע יאר יערליכע דרשות אום "שבת שובה" און "שבת הגדול" און ביי פילע אנדערע געלעגנהייטן. דער מעמד וועט זיין מיט די באטייליגונג פון מאסן אידן, בראשות די שרי התורה מרנן ורבנן חברי הבד"צ שליט"א אינאיינעם מיט די גאונים וצדיקים כ"ק האדמורי"ם שליט"א פון די קהילות קדושות אינערהאלב די "העדה החרדית", אין שפיץ פון כ''ק מרן ראב''ד ירושלים שליט''א וועלכער וועט אויפטרעטן מיט דברי הספד אויף יבלח"ט ידידו וריעו הנאמן דער מרא דארעא קדישא.
מען וועט זיך אינאיינעם מחזק זיין צו גיין בדרכיו הגדולות און כנהוג ביי אידן אין אלע דורות וועט מען אין דעם טא ג מעלה זיין זכרו הטהור, און זיך מחזק זיין ווייטער צו גיין אין זיינע וועגן וועלכע ער האט אויסגעפלאסטערט און אויסגעשטעלט דעם צאי לך בעקבי הצאן צו פארזעצן מיטן אור אלטן וועג על משכנות הרועים.
Comentarios