top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שריד לדור אחרון: הסתלקות פון כ"ק הגה"צ גאב"ד פאלטישאן זצ"ל

מוצאי יום טוב פסח • כ"ב ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

שר וגדול נפל בישראל: מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען בעולם החסידות די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק כ"ק גאב"ד פאלטישאן הגה"צ רבי מרדכי שטיין זצ״ל, וועלכער איז דעם יום טוב שביעי של פסח, נסתלק געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 84 יאר, לדאבון לבם פון די פילע אוהדים ומעריצים און די בני המשפחה.


דער רב זצ"ל איז געווען א דמות פון אן פארצייטישער איש חסיד וצדיק, א ירא ה' מנעוריו, וואס ער האט נאך צוגעזען און געשעפט תורה ויראת שמים פון די צדיקי קדמאי.


דער רב איז געבוירן חודש אדר בשנת תש"א אין שטאט פאלטישאן אין ראמעניע צו זיין פאטער הגה"צ המפורסם רבי ישראל אברהם שטיין זצ"ל גאב"ד פאלטישאן.


אלס בחור האט ער געלערנט אין די נייטרא ישיבה אין מאונט קיסקא זייענדיג א תלמיד חביב ביי הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל, שפעטער האט ער גולה געוועהן למקום תורה, און איז אריין לערנען אין די וויזניצער ישיבה אין בני ברק, וואו ער האט זיך געווייקט ביים הייליגן אמרי חיים זי"ע, צו וועם ער האט אנגעקניפט א התקשרות עזה און כל ימיו געווען שטארק פארכאקט און מיט בעקעניש גערעט פונעם אמרי חיים, אין די שפעטערדיגע יאהרן אין אמעריקא האט ער זיך מדבק געוועהן אין בנו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, וועלכער האט איהם ספעציעל געשעצט און רעספעקטירט. כשהגיע לפרקו האט דער רב ז"ל חתונה געהאט דארט אין ארץ ישראל מיט זיין חשובע רעבעצען, א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר רבי יוסף מאיר כהנא מספינקא ירושלים זצ"ל.


עטליכע יאהר נאך זיין חתונה האט זיך דער רב געצויגן קיין אמעריקע, וואו ער האט ממשיך געווען מיט זיין געהויבענע עבוה"ק, וואו ער איז געזיצן און געהארעוועט בהתמדה, זייענדיג א ריכטיגער חסיד המתחסד עם קונה. מיט א זעלטענע התקשרות איז ער געווען צוגעבינדן צו זיין גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר הרה"ק מפאלטישאן זצ"ל בעל פקודת אלעזר, ולא זזה ידו מתוך ידו.

נאך בחייו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז דער רב געווארן אויפגענומען אלס מנהל אין די בארימטער סאטמארער ישיבה אין סענז סטריט, שפעטער האט ער געדינט אלס מנהל אין די סאטמארער ישיבה אין קרית יואל וואו ער האט ממשיך זיין זיין הרבצת התורה און אוועקגעשטעלט תלמידים לאלפים.


דער רב זצ"ל האט זיך אסאך געווייקט בצל קדשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און ביי ממלאי מקומו, הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, און שפעטער ביי יבלחט"א מחותנו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אים שטענדיג ארויסגעוויזן א קירבה יתירה און מכבד געווען ביותרת הכבוד. א באזונדערע נאנטשאפט האט ער פארמאגט מיט יבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, דינענדיג אלס מנהל אין די מונקאטשער ישיבה רבות בשנים.


יאהרן לאנג האט ער אנגעפירט די הערליכע פאלטישאנער ביהמ"ד אויף די ניין און פערציגסטע גאס, זייענדיג א מקום תורה ותפלה וואו פילע אידן פלעגן זיך ווארעמען די הערצער מיט די ווארעמע תפילות פונעם רב ז"ל.


דער רב ז"ל איז געוועהן באקאנט אלס מקנא קנאת ה' צבאות, מיט זיין דביקות און פלאם פייער בשיטתו הקדושה פונעם סאטמארער רב זי"ע, ארויסגייענדיג אויף די מחאות, זייענדיג דער ראש המדברים אין אלע מערכת ישראל.


אין די לעצטערע תקופה איז דער רבי געווען שטארק אפגעשוואכט, אבער פארט אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש, ביז מיט עטליכע וואכן צוריק ווען ער איז פלוצים אוועקגעפאלן און איז געלעגן על ערש דווי, ביז צו זיין פטירה אום יום טוב שביעי של פסח.

די לוי' איז היינט צופרי ארויס פון פאלטישאנער ביהמ"ד אין בארא פארק, דערנאך ביים ביהמ"ד הגדול מונקאטש, און פון דארט קיין וויליאמסבורג, אויפ'ן צום בית עלמין אין לאנג איילענד, וואו ער איז געקומען לקבורה. א דעטאלירטע באריכט פונעם לוויה וועט נאכפאלגן.


דער רב זצ"ל לאזט איבער א הערליכן דור ישרים פון חשוב'ע קינדער און אייניקלעך הולכים בדרך האבות, לשם ולתפארת.


בנו הגה"צ רבי יצחק שטיין ראב"ד פאלטישאן, און ראש בית דין קארלסבורג בארא פארק, איידעם פון הגה"צ גאב"ד וואוידיסלאוו זצ"ל.


בנו הגה"צ רבי דוד שלמה שטיין ראש הכולל ספינקא, איידעם פון הרה"ק רבי הערשעלע מספינקא זי"ע.


בנו הגה"צ רבי מנחם מענדיל שטיין אבד"ק סאווראן, איידעם פון הגה"צ רבי יוסף משה מייזליש אבד"ק ווייצטען וויליאמסבורג.


בנו הגה"צ רבי אפרים אהרן שטיין ז"ל, איידעם פון הגה"צ רבי אליעזר ליפא בערגער זצ"ל ממישקאלץ.


בנו הגה"צ רבי אלעזר שטיין, איידעם פון כ"ק אדמו"ר מלויעוו טשערנאביל שליט"א.


זיינע איידעמער: הגה"צ רבי ברוך נתן הלברשטאם אבד"ק סאטמאר לאנדאן, הרה"צ רבי הערשל כהנא בן האדמו"ר מספינקא אנטווערפען, הגה"צ רבי פנחס אליעזר מייזליש אבד"ק שאפראן, הרה"צ רבי ברוך בענדיט לויפער שליט"א און הרה"צ רבי ישראל האגער בן הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'


bottom of page