top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נדיבי עמים נאספו • סאטמארע נדיבים צייגן סאלידאריטעט ביי באנקעט לטובת בנין הקהילה ומוסדותי' אין י-ם

דינסטאג פ' פינחס - ט"ו תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס


ויהי זהב התנופה... שלושים מיליאן דאלאר!


א היסטאריש רייכע באנקעט איז פארגעקומען נעכטן מאנטאג פרשת פנחס, לטובת דעם קרן הבנין פארן נייעם בנין האדיר תל תלפיות פון ק''ק סאטמאר ומוסדותי' אין ירושלים עיה''ק, וואס שטייט אונטער דעם נשיאות פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א.


די מסיבה איז פארגעקומען אין שטוב פון דעם בונה ומקים עולמות של תורה הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו, נאכדעם וואס וואכן לאנג איז ער מיט די אנדערע חדברי וועד קרן הבנין ה''ה הנגידים ר' אברהם בראך הי''ו, ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, אין ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו, ארום געגאנגען על פתחי נדיבים מיט די פערזעדליכע באגלייטונג פונעם משמש בקודש הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו בשליחות הקודש מתרים צו זיין לב נדיבים בעם, און צו זען צו שאפן די ריזיגע סכומים וואָס פעלט אויס, צו קענען ממשיך זיין מיט די ארבעט פן אהערשטעלן דעם בנין לשם ולתפארת. איז נעכטן געווען דער באשטימטער טאג וואס די פינף און דרייסיג אידן היושבים ראשונה במלכות סאטמאר, זענען געקומען זיך באטייליגן און גע'חתמ'ט אויף א שטר שותפות אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט''א צו זיין א שותף אין דעם דרייסיג מיליאן דאלערדיגן בנין.


די רבי איז אנגעקומען צו די מסיבה ארום 7:30. א רייכע סעודה איז געווען צוגעשטעלט אויף גאר א פראכטפולן פארנעם. דער יושב ראש המעמד הנגיד ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו האט ארויסגעברענגט אין קורצע טרעפליכע ווערטער די מטרת המסיבה און די היסטארישקייט דערפון, און דאן אויסגערופן דעם חשובן אורח הרה''ח ר' יששכר יאקאב הי''ו מנהל המוסדות אין ירושלים עיה''ק, וואס איז געקומען ספעציעל צו פליען צו די געהויבענע מסיבה, און האט איבערגעגעבן פארן ציבור דער מצב הקהילה ומוסדותי' ובפרט נאך די ביטערע שריפה וואס האט דארט באטראפן.


צווישן די דרשות און די הערליכע ניגונים זענען די נגידים איינציגווייז ארויף אויפן בימת הכבוד חתמ'נען די שטרות אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט''א.


דערנאך האט דער יו''ר אויסגערופן הגה''צ אבד''ק סאטמאר וומסב''ג שליט''א וועלכע האט זיך נארוואס צוריקגעקערט פון א נסיעה ארץ ישראלק ווי די רב שליט''א האט געפראוועט א שבת בעיה''ק ירושלים. דער רב שליט''א האט איבערגעגעבן א גריס פון די קהילה אין ארץ ישראל בכלל אין ירושלים עיה''ק בפרט און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די שותפים האבן מיט'ן בויען דעם בית הגדול והקדוש. דער רב שליט"א האט עקסטערע ארויסגעברענגט לשבח די חברי וועד קרן הבנין החדש, וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר די הצלחה ובמיוחד פארן משב"ק ר' חיים שלמה, און מסיים געווען בברכות לרוב.


דערנאך האט דער יו''ר אויסגעריפן און באגריסט די אלע נגידים וואס האבן שוין אינטערגעשריבן ביז יעצט און אויסגערופן הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי''ו וואס איז מקושר קיין ירושלים שוין לאנגע יארן און דערביי ארויסגעברענגט אז שוין יאהרן לאנג וואס ער דעקט דעם דעפיציט און צאלט די מארגעדזש פון די בנין וואס האט געהאלטן ביים פארפאלן גיין.


ר' מאיר הירש הי''ו וואס איז באקאנט אלס א נאה דורש ונאה מקיים איז צום ערשט ארויפגעגאנגען חתמ'נען די חתימה מיטן רבי'ן און דערנאך אויפגעטרעטן און געפאדערט צו ארבייטן באחדות און אזוי ווי מען האט צוזאמגעשטעלט דא געלט פונעם גאנצן עולם אלע אינאיינעם, זאל מען ארבייטן צוזאמען ביז דער בנין וועט שטיין און וועט זיין א כבוד לממלכת סאטמאר, און דערביי באגריסט די חברי וועד קרן הבנין וואס האבן זיך אזוי שטארק אוועקגעגעבן ובמיוחד דעם בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו.


דער יו"ר האט דערנאך ארויסגעברענגט דאס התקשרות פונעם רבי'ן שליט''א צו די קהילה אין ירושלים עיה"ק, און האט דערביי באגריסט די חברי הנהלה וועלכע זענען נתמנה געווארן דורכ'ן רבין שליט"א אין ירושלים עיה''ק, וואס צוויי פון די זענען ספעציעל ארויסגעקומען צום מעמד.


באזונדער האט ער באגריסט הרה''ח ר' גרשון פעלבערבוים הי''ו וואס ער איז דער עסקן בהאי הידועה און איז מסדר אלע ביוראקראטישע ענינים. מ'האט ארויסגעברענגט ווי וואונדער איבער וואונדער נאך יארן וואס גארנישט האט זיך גערירט, האט זיך פלוצלינג אלעס אנגעהויבן רירן און בחסדי שמו ית' איז שוין ערהאלטן געווארן די פערמיטן און מען האט שוין אנגעהויבן די מלאכת הבניה אויפן ריזן שטח.


דאן האט דער יו''ר אויסגערופן אז בא הכתוב ויוחסו אחר אהרן, פון ווי קומט דאס אלס דער עולם האט געגעבן די גרױסע נדבות מיט אזא אש להבה, דאס אלעס דרייט זיך נאכן רבי'ן שליט''א, און דער רבי אליינס האט זיך אויך מתחייב געווען צו ברענגן א מיליאן דאלאר און שוין יעצט ביי די מסיבה געברענגט די ערשטע הונדערט טויזנט דאלאר, וממנו ילדמו וכן יעשו.


אויך האט ער איינגעמאלדן איבער די דריי זכותים וואס זענען לע"ע געווארן רעזערזווירט צווישן די נגידים, זכות שם בנין הביהמ''ד 'בנין ראזענבערג' וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך משפחת הרה''ח ר' יצחק ראזענבערג ע''ה אין זיין ברודער הרה''ח ר' אברהם יודא הי''ו.


זכות שם בנין התלמוד תורה 'בנין יחזקאל בראך' אפגעקויפט געווארן דורך נכדי הרה''ח ר' יחזקאל בראך ע''ה מנהל המוסדות בירושלים רבות בשנים, ה''ה הנגידים ר' שמואל חיים בראך הי''ו ובנו ר' אברהם בראך הי''ו ובנו ר' יחזקאל שרגא בראך הי''ו, הנגיד ר' אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי''ו, אין הנגיד ר' יודא ווייס הי''ו. דער זכות המקוה איז רעזערווירט געווארן דורך דער בעל אכסניא הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו ושותפו לדבר מצוה הנגיד ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו.


אלעס צוזאמען איז געשאפן געווארן די אסטראנאמישע פאנטאסטישע סומע פון אריבער 30 מיליאן דאלאר מנדבת לבם פון די חשובע נדיביפ וואס האבן בייגעשטייערט פון א מיליאן דאלאר און העכער כ"י, ה"ה:


כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א

הנגידים ר' מאיר הירש הי''ו

ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו

ר' אברהם יודא ראזענבערג הי''ו

משפחת ר' יצחק ראזענבערג ע''ה

ר' שאול פריעדמאן הי''ו

ר' שמואל חיים בראך הי''ו

משפחת לעוו - לאנדאן

משפחת וויינשטאק שיחי'

ר' עקיבא הערש קליין הי''ו

ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו

ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי''ו

ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו

ר' פישל ריספלער הי"ו

ר' אברהם בראך הי''ו

ר' יחזקאל שרגא בראך הי''ו

ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי''ו

ר' חיים יהודא לעפקאוויטש הי''ו

ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו

ר' זלמן לייב אבערלענדער הי"ו

ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו

ר' משה גאלדשטיין הי''ו

ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו

ר' יהודה ווייס הי''ו

ר' יהודה רובינשטיין הי''ו

ר' יוסף מרדכי כהנא הי''ו


די רבי שליט''א האט דאן משמיע געווען דברות קודש די שייכות וואס אונז האב מיר קיין ירושלים, און אז ווען א מענטש געט געלט דארט איז זיין שאיפה דארט ווייל ער זיין עומדות היו רגלינו בירושלים. דערנאך האט דער רבי שליט''א געוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע נגידים און ספעציעל פארן בעל אכסניא ר' עקיבא הערש הי''ו און געזאגט אז מען קען נישט ארויסברענגן די רגשי הלב אז עס פאסירט אזא זאך אז ארום 35 אידן קומען און געבן אזעלכע גרויסע געלטער, דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך און עס איז א מורא'דיגע זכות, דער רבי האט דערנאך מסיים געווען בברכה שלימה פארן גאנצן ציבור יעדן עקסטער מיט השפעות טובות וכל טוב סלה.


די נעכטיגער טאג מאנטאג פנחס וועט אריינגיין אין די היסטאריע פון ממלכת סאטמאר אלס דער טאג וואס די נגידים פון די סאטמארע קהילה האבן צווישן זיך צוזאמען געשטעלט אזא אסטראנאמישע ציפער אין איין טאג צו קענען אנהייבן און בעזרת השם גומר זיין דעם מעכטיגן צענטער אין ירושלים עיה''ק.
















Comments


bottom of page