top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הדר קבלוה: געהויבענע שמחה ביים סיום הש"ס פון האד' מתולדות צבי דספינקא דעם שושן פורים העעל"ט

עודכן: 19 במרץ

מיטוואך פ' ויקהל • י"ט אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

תלמידי וחסידי ספינקא האבן אין א געהויבענע שטימונג זיך מיטגעפריידט בשמחת התורה ביים מעמד סיום הש"ס וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א האט געלערנט מיט זיין חברותא הרה"ג ר' מרדכי גדלי' שפיטצער שליט"א פון קרית יואל מדי יום ביומו, שוין אסאך יארן חק ולא יעבור, און אצינד ביום שושן פורים  זוכה געווען לברך על המוגמר.


טראץ וואס די רבי שליט"א האט שוין אין די פארגאנגנהייט עטליכע מאל מסיים געווען ש"ס, האט די רבי דאס מאהל אויסגעדרוקט רצון קדשו אפצורעכטן א מעמד סיום הש"ס ברוב עם הדרת מלך, גורם צו זיין א 'קנאת סופרים' און אנדערע זאלן זיך אפלערנען דערפון.


די סעודה לגומרה של תורה איז געפראוועט געווארן ביים שולחן הטהור לכבוד שושן פורים אין א בחינה פון 'הדר קבלוה מאהבה', דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום און געוונטשן לחיים, און דער בדחן הרב ישעי' פוקס הי"ו האט משמח געווען לכבוד שמחת פורים.


דערנאך האט דער בדחנא דמלכא הר"ר יואל בראון אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דברי חרוזין לכבוד די סיום הש"ס, ארויסברענגענדיג די גודל הזמן, בתוך דבריו האט ער דערמאנט די סיום הש"ס וואס דער רבי האט אפגעראכטן מיט עטליכע יאהר צוריק חול המועד סוכות, און די סיום הש"ס וואס אביו הרה"ק מספינקא זי"ע האט אפגעראכטן מיט יאהרן צוריק אין גענוי דעם זעלבן טאג פון שושן פורים.


דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן ניגוני התעוררות און ניגוני תורה, און געמאכט די סיום הש"ס אינאיינעם מיטן חברותא הרה"ג ר' מרדכי גדלי' שפיטצער שליט"א, דער רבי האט מקדים געווען אז היות ער האט - בשעת'ן לערנען - אינזין געהאט כל הקהל הקודש, זאלן אלע מיטזאגן דעם סיום, דער רבי האט דערנאך געזאגט דעם קדיש דרבנן, און דערביי זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאין ווי דער גאנצער עולם האט זיך משמח געווען בשמחת התורה בשירה ובזמרה בתוף ובכינור כראוי וכיאות בשמחת התורה, באזונדער האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט גרויס התרגשות מיט זיין לאנגיעריגע חברותא הרה"ג ר' מרדכי גדלי' שליט"א.


דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן די לענגערע דברות קודש והתחזקות, ווי די רבי האט ברוב רגש ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה, און די ספעציעלע חשיבות אפצורעכטן די סיום ברבים, וממנו יראו וכן יעשו, דער רבי האט דערציילט די השתלשלות הענינים ווען ער האט אנגעהויבן די חברותא'שאפט מיט אכט און צוואנציג יאהר נאכן שבר הגדול מיט די הסתלקות פונעם פאטער הרה"ק מספינקא זי"ע, ווי ער האט מקדיש געווען זיין פרייע צייט צו לערנען די מסכתות הש"ס מיט די חשובע חברותא, דער רבי האט ארויסגעברענגט מ'זאל זיך אפלערנען דערפון אויסצונוצן די צייט, און די חשיבות פון לערנען מיט א חברותא.


דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה ווי אזוי צו לערנען און קונה זיין תורה בדרך המסורה, און דערמאנט די שיעורים אין ש"ס וואס זיינע חשובע קינדער הרבנים שליט"א געבן איבער אין די בתי מדרשים דחסידי ספינקא, און געבעטן די חסידים זיך אנצושליסן אין די שיעורי תורה.


נאך די דברות קודש איז פארגעקומען א פורים שפיל לכבוד היום, דערנאך האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און דער גאנצע ציבור איז דורך אל מול פני הקודש באקומען כוס של ברכה און זיך וואונטשן מיט פיל ברכות.


תגובות


bottom of page