זונטאג לך לך • ב' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שראלי ב., JDN
עס איז אוממעגליך צו שילדערן די שמחה'דיגע לופט אין סקווירא הויף, און די הרגשים וואס האט אדורכגענומען די הערצער און גלידער פון יעדן סקווירער חסיד, זיך מיטפרייענדיג מיט די גרויסע שמחה פונעם געבורט פון א בן זכר ביי הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א, וואס א געבורט פון אַן אייניקל ביים סקווירא רבי'ן שליט"א איז היינט צוטאגס בכלל שוין א זעלטענע ערשיינונג, און אַודאי די שמחה ווען עס איז מקויים געוואָרן דעם 'יוס"ף ה' לי בן אחר'. די שמחה איז אויך געוואָרן מיטגעהאלטן דורך המוני חסידי סקווירא מכל רחבי תבל וועלכע זענען געקומען צו פארן פון איבער דער גארער וועלט אויפן יו"ט סוכות און שמחת תורה און האָבן דערביי זוכה געווען מיטצולעבן די ימי אורה ושמחה מקירוב מקום.
די שמחה האָט זיך אָנגעהויבן שב"ק חול המועד סוכות אושפיזא דיעקב ביים שמחת השלום זכר, וואָס איז געפּראַוועט געוואָרן ביים שולחן הטהור אינעם גרויסן סוכה אין שיכון סקווירא ברוב עם הדרת מלך. מיט'ן בענטשן איז מכובד געוואָרן דער אבי הבן הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א, און דערנאָך האָט מען אַריינגעברענגט די בונדלעך, פירות און ביר לכבוד שלום זכר. דערביי האָט מען געזונגען פילע ניגוני שמחה והודאה, דערנאָך האָבן זיך די טויזנטער חסידים געשלענגערט דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב פאַר'ן רבי'ן און דעם בעל שמחה.
זונטאָג ליל ג' דחול המועד איז פאָרגעקומען דער מעמד הקריאת שמע ליינען בביתו נאווה קודש וואו דער סקווירא רבי שליט"א האָט געליינט קריאת שמע און געזאָגט די פסוקים מיט די ילדי החסידות. דער משב"ק הרה"ח ר' דוד בערגער האָט פאָרגעזאָגט די קריאת שמע. דערנאָך האָט דער רבי פאַרטיילט מטבעות כנהוג פאַר דעם ילדי החמד, און דער אבי הבן הרב יעקב יוסף האָט פאַרטיילט מיני מתיקה, דאַן זענען אַלע יונגעלייט דורך אַ לענגערע שעה אל מול פני הקודש וואו דער רבי האָט פאַרטיילט מטבעות און האָניג לעקעך ווי עס איז איינגעפירט אין סקווירא אַז דער רבי פאַרטיילט דאָס שמיני עצרת ביים געזעגענען פון דער סוכה, און היי יאָר צוליב דעם ריבוי העם האָט עס דער רבי שוין פאַרטיילט פאַר די חסידים תושבי השיכון ביים קרי"ש ליינען.
דערנאָך איז פאָרגעקומען אַ שולחן לחיים רבתי אין דער גרויסער סוכה געווידמעט ספּעציעל פאַר די הונדערטער בחורים תלמידי הישיבות הקדושות. מ'האָט פאַר אַ לענגערע צייט זיך מיטגעפרייט בשמחת בית צדיקים בשירות ותשבחות און ניגוני שבח והודאה בתופים ובמחולות אויף גאָר אַ געהויבענעם פאַרנעם. דער רבי האָט מעודד געווען די ריקודין מיט גאָר אַ זעלטענע התלהבות, דערנאָך זענען אַלע בחורים דורך ביים רבי'ן באַקומען די מטבעות און לעקעך בעת מען האָט ממשיך געווען מיט די ניגוני שמחה . שפּעטער ביינאַכט נאָך חצות הלילה איז אָפּגעראָכטן געוואָרן די וואַכנאַכט סעודה באַגלייט מיט כלי זמר אַלס זכר לשמחת בית השואבה און מיט די באַטייליגונג פון די אברכי החסידות. דער רבי האָט זיך געוואַשן צו דער סעודה, מען האָט געזונגען וואַרימע און לעבעדיגע ניגונים, ניגוני שמחה און ניגוני יום טוב ביז אין די שפּעטע נאַכט שעה'ן בעת די ציבור חסידים הייבט זיך אין די לופטן. דער אבי הבן האָט געבענטשט על הכוס און נאָכ'ן בענטשן איז דער גאַנצער ציבור דורך וואונטשן לחיים ביים רבי'ן און דער בעל שמחה, און מען האָט אַהיימבאַגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.
מאָנטאָג אינדערפרי ביי תפילת שחרית האָט דער רבי שליט"א און דער בעל ברית עולה געווען לתורה. נאָכ'ן דאַווענען איז פאָרגעקומען די שמחת הברית אין דער גרויסער סוכה אין שיכון סקווירא. דעם רבינ'ס יונגסטער זון רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א איז געווען קוואַטער, מיט די חייקא'ס זענען מכובד געוואָרן די אָנוועזנדע רבנים וקרובי המשפחה, צווישן זיי די פעטערס האדמורי"ם מזוועהיל און ראַחמיסטריווקא מאָנסי, אַזוי אויך הרה"ג רבי מענדל זילבער, דומ"ץ וויזניץ אין מאָנסי, און הרה"ג רבי חיים מאיר וווינבערגער ר"י וויזניץ אין מאָנסי וואָס האָבן זיך משתתף געווען ביי דער שמחה בשליחות הקודש פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א . מיט כסא של אליהו איז מכובד געוואָרן דער פעטער הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א. דער זיידע דער רבי שליט"א האָט געדינט אַלס סנדק. אַ רירנדיגער מאָמענט איז געווען ווען דער אבי הבן הרה"צ רבי יעקב יוסף האָט געזאָגט די ברכה פון להכניסו בבריתו של אברהם אבינו מיט אַ קול געשטיקט פון טרערן. דער רבי שליט"א האָט געזאָגט די ברכות און קריאת השם, און מיט עמידה לברכות איז מכובד געוואָרן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מגאָרליץ שליט"א פון באָראָ פּאַרק, ויקרא שמו בישראל ברוך נאָכ'ן זיידן כ"ק אדמו"ר מגאָרליץ זצ"ל.
נאָכן ברית איז פאָרגעקומען די מסיבת לחיים לכבוד דער שמחה, ביי וועלכן מען האָט געזונגען ניגוני שמחה. דער רבי האָט פאַרטיילט לעקעך פאַר די בעלי שמחה און מען איז דורך ווינטשן לחיים און מזל טוב. נאָך אַ קורצע הפסקה איז דער רבי ערשינען צו דער סעודת מצוה אין דער גרויסער סוכה במקהלות טויזנטער חסידים, וואו מען האָט געזונגען פרייליכע ניגוני שמחה הלל והודאה. מיט'ן בענטשן איז מכובד געוואָרן דעם רבינ'ס איידעם הרה"צ רבי יעקב יוסף האַגער שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, עס האָבן זיך אויך אָנגעזען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א, דער מחותן כ"ק אדמו"ר מאונגוואַר שליט"א, הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואַלד אב"ד פּאָפּא מאָנסי, הגה"צ רבי צבי אלימלך רוקח אב"ד בערטש פלעטבוש, און נאָך .
Comments