דינסטאג פ' קרח - א' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
חסידי סלאנים וואונטשן זיך מזל טוב לרגל די גרויסע שמחה ביי איינער פון די חסידים, ווען איינער פון די חשובע אינגעלייט מחסידי סלאנים, איז מיט גרויס סייעתא דשמיא געהאלפן געווארן מיט א קינד גאנצע ניינצן יאר נאך די חתונה.
הרב החסיד ר' יעקב מאלוויצקי שליט"א מיקירי חסידי סלאנים אין בית שמש, א זון פונעם באקאנטן מגיד מישרים הרה"ג ר' סיני מאלוויצקי שליט"א נין ונכד לאדמור"י בית סלאנים און לעכאוויטש, און א איידעם ביי הגה''צ ר' יהושע פאללאק זצ"ל אבד"ק קאלביסוב, בן כ"ק אדמו"ר בעל אמונת איתן מבערעגסאז זצ"ל, האט חתונה געהאט מיט ניינצן יאר צוריק, און האט דורכאויס די אלע יארן געווארט צו געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא.
פארגאנגענעם חודש תשרי בירח האיתנים, ווען די סלאנימער מוסדות בארץ הקודש איז געווען אין א שווערע פינאנציעלע מצב, האט כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א געמאלדן אז ווער עס וועט זיך אנשטרענגען למעלה מיכלתו ארויסצוהעלפן די מוסדות הקדושים, וועט ער וואונטשן מיט זעלטענע ברכות להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
א קבוצה אינגעלייט ידידים און חברים פון דעם אינגערמאן, זענען אינאיינעם אריין אל הקודש פנימה צום סלאנימער רבי'ן, און אראפגעלייגט א פאנטאסטישע סכום געלט פאר די מוסדות לזכותו, און מזכיר געווען ביים רבי'ן וועלכער האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן אז בקרוב זאל מען זעהן א ישועה.
צום אומבאשרייבליכן פרייד פון אלע חסידים, איז היינט תיכף נאכן ראש חודש טיש פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א בבית מדרשו אין בארא פארק, אנגעקומען די פרייליכע בשורה אז דער אינגערמאן איז אין א מזל'דיגע שעה געהאלפן געווארן מיט א קינד, לשמחת לב כל ידידיו ומכיריו און כלל חסידי סלאנים ברחבי תבל.
Comments