top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רחמים שאלי • ספרדישע תורה וועלט באוויינט פטירה פון הגאון רבי מאיר מאזוז זצ"ל ראש ישיבת 'כסא רחמים'

דינסטאג פ' צו • י' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר

 

כבה נר המערבי: דאס יהדות הצרופה בארצינו הקדושה און בפרט די ספרדישע תורה וועלט איז אריינגעטראגן באבל ובכי מספד מיט געפילן פון יתמות אין א טיפער חלל נאך די הסתלקות לשמי מרום פונעם רב רבנן אשר רבים הלכו לאורו הגאון הגדול רבי מאיר ניסים מאזוז זצ"ל ראש ישיבת כסא רחמים אין בני ברק און פון די פירנדע מנהיגים פונעם עולם הספרד וועלכע איז דעם שבת קודש יום טוב שביעי של פסח נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין עלטער פון אכציג יאהר, איבערלאזנדיג די גאנצע ספרדישע געמיינדע און די טויזענטער תלמידים שהלכו לאור פאריתומ'ט און פארצער'ט נאך די שווערע אבידה שאין לה תמורה.


צענדליגער טויזנטער אידן האבן היינט אסרו חג של פסח אין ארץ ישראל אנטיילגענומען, ביים מסע הלוי' מלאה תוגה ויגון וואס איז ארויס פון היכל ישיבתו הגדולה אויף רח' עוזיאל אין בני ברק אויפן וועג צום פאנאוויטשער בית החיים אין בני ברק ווי ער איז געקומען למנוחת עולמים.


מיט זיין הסתלקות איז אוועקגעריסן געווארן מדרבנא דאומתיה אשר כל שבילין נהירין ליה וכל רז לא אניס ליה, א איד וואס איז געווען בקי בכל חדרי ומקצועות התורה, א פוסק מובהק און עמוד ההוראה, וואס האט מיט זיין כח התורה און צדקות געטראגן אויף זיך די יהדות המזרח המעטירה. די תורה איז געווען זיין גאנצע לעבן מאז היותו לאיש ועד זיבולא בתרייתא, ער האט באשיינט די וועג פון אלפים ורבבות און מעמיד געווען א דור תלמידי חכמים וואס גייען אין זיין אויסגעטרויטענע וועגן און זענען ממשיך מורשתו הטהורה במסורת הדורות און בפרט יהדות טוניס המעטירה.


נאך ביז די לעצטע חדשים האט ער ממשיך געווען מיט זיין איבערגעשטרענגטע סדר היום עוסק צו זיין בלימוד התורה, אויפנעמען דעם ציבור און ענטפערן זייערע שאלות. די לעצטע תקופה איז ער שוואך געווארן און איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, בעת כלל ישראל האט מתפלל געווען לרפואתו. ווען די מצב איז געווארן ערגער איז ער אריבערגעפירט געווארן צו די בלינסון שפיטאל אין תל אביב  ווי ער האט ליידער אויסגעהויעכט זיין ריינע נשמה ליוצרה בעיצומו של שבת ויום טוב.


די ראש ישיבה הגאון רבי מאיר מאזוז זצ"ל איז געבוירן געווארן אין תוניס מיט גענוי אכציג יאהר י"ג ניסן תש"ה אלס א בן בכור צו זיין פאטער הגאון רבי מצליח מאזוז הי"ד ממנהיגי יהדות תוניס און מייסד ישיבת 'כסא רחמים', שוין פון יונגווייז אן נאך אלס קינד האבן גדולי עולם עדות געזאגט אז דאס קינד וועט נאך אויסוואקסן א גדול בישראל, אלס יונגער בחור האט ער שוין אנגעהויבן שרייבן זיינע חידושים על הש"ס, און האט שוין פארגעלערנט שיעורים אין די ארטיגע ליובאוויטשער ישיבה.


זייענדיג א יונגערמאן בשנת תשל"א איז זיין פאטער הגאון רבי מצליח ליידער טראגיש אומגעקומען דורך אן אראבישע רוצח, און א קארצע צייט דערויף איז דער ראש ישיבה אינאיינעם מיט זיינע ברודער ארויף קיין ארץ ישראל ווי זיי האבן אויפגעשטעלט די ישיבה 'כסא רחמים' אין בני ברק להחזיר עטרה ליושנה, אין לויףפון די יאהרן האט זיך די מוסדות 'כסא רחמים' אנטוויקלט מיט תלמודי תורה, א מיידל סקול, סעמינאר, ישיבות קטנות און גדולות, און כוללים ברחבי ארץ הקודש.


ער איז געווען פון די אנגעזעהנע מנהיגים אין די ספרדישע קרייזן, און האט אנגעקניפט א נאנטן קשר מיט די גדולי יהדות ספרד פון די פריערדיגע דורות, באזונדער האט ער גענאסן א קרבה יתירה מיט גדולי התורה והחסידות, און בפרט מיט כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל צו וועם ער פלעגט אפט פארן, און איז דארט געהאלפן געווארן מיט זרע של קיימא, כידוע.


דער ראש ישיבה האט איבערגעלאזט נאך זיך א נחלה לדורות צענדליגע ספרים בכל מקצועות התורה וההלכה, טויזנטער תלמידים ההולכים לאורו, און דערצו א דור ישרים מבורך בנין וחתנין רבנן.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם














Comments


bottom of page