top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אהרן וועט ארויסגיין מוחה זיין בראש קהל חסידיו קעגן בייזוויליגע פלאן פון 'רכבת הקלה'

דינסטאג פ' קרח - א' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


היינטיגן דינסטיג נאכמיטאג וועט כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א ארויסגיין אויף א מחאה אדירה על פני רחוב בר אילן אין עיה"ק ירושלים אינאיינעם מיט די הונדערטער בני הקהילה חסידי תולדות אהרן מוחה צו זיין כדת של תורה אין ארויסגעבן דער ווייגעשריי אין א קול זעקה קעגן די בייזוויליגער פלענער פון די שטאטראט אריבערצופירן דעם רכבת הקלה באן בפלטרין של מלך היו לא תהיה. אין ליכט פון דעם וואס לעצטנס איז די בוי ארבעט אויפן "רכבת הקלה" באנייט געווארן, צום ווייטאג און צער פון די יקירי ירושלים וועלכע שטעלן זיך קעגן דעם פראיעקט, האט זיך ק''ק תולדות אהרן איינגעמאלדן אז זיי וועלן זיך אנשליסן אינעם מערכה קדושה פון די עדה החרדית, און ארויסגעבן דעם קול מחאה לאמר למשחית הרף אין זיך אנצונעמען למען קדושת ירושלים.

בהוראת הקודש פונעם רבין שליט''א איז דער מחאה פאררופן געווארן אויף זיבן אזייגער פארנאכטס נישט צו צושטערן די סדרי הכולל אין די שיעורי תורה ברבים אין ביהמ''ד וועלן פארקומען נאכן עצרת.

*


די סדר העצרת אין אנווייזונגען איבערגעגעבן דורך העסקן הרב שמעון שישא יושב ראש מרכז עזרה ויעוץ.



תגובות


bottom of page