דאנערשטאג פ' קרח - ג' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
צהלי ורוני יושבת ציון!
חסידים ואנשי מעשה בארץ הקודש גרייטן זיך מיט התרגשות צו מקבל פנים זיין דעם אורח הגדול והרם, כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א לרפואה שלימה, וועלכער גרייט זיך אונטערצונעמען די יערליכע נסיעה קיין ארץ הקודש, ווי יאר יערליך ווען דער רבי וויילט אין ארץ ישראל דורכאויס די זוממער וואכן.
ווי באקאנט איז דער קאסובער רבי שליט"א ליידער קראנק געווארן מיט א שווערע מחלה ה"י פאר עטליכע חדשים צוריק, אבער מיט א עקשנות דקדושה טוט דער רבי אנגיין מיט זיין עבודת הקודש כימי קדם, זייענדיג משפיע תורה וחסידות פאר אידישע קינדער ברחבי תבל, און ארויסהעלפן די אלע חסידים המשכימים לפתחו לקבל עצה ותושיה.
אצינד איז אין א מזל'דיגע שעה באשטעטיגט געווארן אז דער רבי שליט"א וועט ווי יאר יערליך אונטערנעמען דעם געהויבענעם נסיעה קיין ארץ הקודש, נאכן ערהאלטן א באשטעטיגונג פונעם רבי'נס פריוואטע דאקטער. דער רבי וועט אנקומען קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן דינסטאג ח' תמוז, און וועט זיך אויפהאלטן אין ירושלים עיר הקודש פאר פינף וואכן הבאים עלינו לטובה.
תושבי ארץ הקודש גרייטן זיך מיטצולעבן געהויבענע וואכן בצל הקודש פונעם רבי'ן, די תפילות ביים כותל המערבי וואו דער רבי טוט מעתיר זיין לישועת הכלל והפרט, די טיפזיניגע שיעורים אין חסידות וואס וועט היי יאר צום ערשטן מאל אויך פארקומען אין די נייע קאסובער בית המדרש, וואס איז געגרינדעט געווארן דעם ווינטער, און די לעכטיגע שבתים בצל הקודש וואס דער רבי וועט אפרעכטן ווי געווענליך אין די וויזניצע בתי מדרשים ברחבת עיר הקודש ירושלים.
דעם מוצאי שבת קודש פרשת קרח וועט דער רבי אפרעכטן שולחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל לקט עני מקאסוב זי"ע, אינאיינעם מיט א מעמד צאתכם לשלום לכבודו פונעם רבי'ן, וואו דער רבי וועט אויפטרעטן מיט דברי חיזוק והדרכה לקראת די ימי הקיץ, און דער גאנצער עולם וועט האבן די געלעגנהייט אריבערצוגיין ביים רבי'ן זיך געזעגענען, איידערן ארויספארן קיין ארץ הקודש.
Hozzászólások