דאנערשטאג פ' ראה • כ"ג אב תשפ"ג | בחצרות הקודש
א שיין בילד ווי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א שטעלט זיך אפ דורכאויס א באזוך אין מחנה רב טוב סאטמאר, צו געבן טאשן געלט פאר זיין אייניקל וועמען ער האט באמערקט, כמנהג אביו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א.
דער מייסטער ארגאנעזירער ר' יוחי פליישמאן ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א נאכן גרויסן סעודת הודאה פארלאפענעם מוצאי שבת נחמו אין קרית יואל.
בנאות דשא • האדמו"ר מגור שליט"א ביים גיין שפאצירן אין עיה"ק צפת.
הגאון ר' שאול אלתר שליט"א אויף א באזוך אינעם קעמפ פון כולל NCSY Kollel אין מושב בית מאיר נעבן ירושלים.
הערליך בילד פון האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג ביים עוסק זיין בתורה אויף די אלפן בערג אין שווייץ.
האדמו"ר משומרי אמונים קרית גת אויף אפרוה אין די קארפאטן בערג אין רומעניע.
כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון אנטווערפן ארום גענומען מיט חסידים ביי שלש סעודות אין עסטרייך ווי די רבי וויילט אויף אפרוה.
העסקן הרב חנוך זייבארט ביים ערהאלטן ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א, ביי די שמחת החתונה לבתו הצעירה, בילד קרעדיט: א. אייזנבאך.
רונן פלוט ראש העיר נוף הגליל ביים ערהאלטן ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א ביי די שמחה, ווערט געזעהן הרב מאטי בוקצ'ין פון די זק"א ארגענאזאציע.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ווערט די וואך געזעהן ביי א חופה לבן אחד מחסידיו, ווי אלס בעל מנגן האט געדינט ר' ליפא שמעלצער, ווען די רבי האט געפרעגט די משמש בקודש הרב הירצקא שטיין ווער דער זינגער איז, האט די גבאי געענטפערט אז דאס איז ליפא שמעלצער, וועלכער איז שוין היינט א בעל תשובה.
האדמו"ר משפיטיווקא אויף א באזוך אין די פאפא יונגל קעמפ אין סוואן-לעיק.
לימינובער רב ביים מיון הק' פונעם הייליגן ראפציץ'ער רב זיע"א בעת א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין פוילן אינאיינעם מיט א קבוצה בחורים.
כ"ק האדמו"ר מאונגוואר שליט"א פון אמעריקע אויף א באזוך פארגאנגענעם ערב שב"ק, ביי אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א אין רמות.
מען גלאנצט איבער די פאדלאגע אין בית מדרש הגדול באבוב אין בארא פארק, לקראת די ימים הנוראים הבאים לקראתינו.
המשפיע הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א פון ארץ ישראל ביי מנחם אבל זיין ביי משפחת מייזעלס, נאך די פריצייטיגע פטירה פונעם איש החסד העסקן הנמרץ ר' חיים בער מייזעלס ז"ל.
א מכתב חיזוק פון הגאון רבי שואל אלתר וואס די ראש ישיבה האט אפגעשריבן פאר די קהילה אין אשדוד, נאך וואס די ארטיגע שטאטראט האט ציווארפן די שטיבל פני מנחם אין אשדוד.
קרישקעס האט די וואך באמערקט כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א נאך תפילת שחרית אין מחנה קראלי, ווי די רבי שליט"א טוט פרייליך מאכן זיין אייניקל.
האדמו"ר ממעזיבוז שליט"א איז מנחם אבל ביים איש החסד העסקן ר' חונא דייטש, צו די פטירה פון זיין פאטער ע"ה.
בסוד שיח • כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א אין א שמועס מיט המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א ביים שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל ביים משפיע.
האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן ווערט געזעהן ביי תפילת שחרית במקום הנופש אין עסטרייך ווי די רבי וויילט די טעג אויף אפרוה.
אין מאנסי האט קרישקעס באמערקט די וואך הרב מתתי' קארמאן דער בארימטן 'איש דינוב', אין א שמועס מיט הגה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן אין מאנסי.
דעם באקאנטן בחור חזקי טורנהיים אינאיינעם מיטן בעל מנגן הרה"ג ר' ירמיה דאמען שליט"א מראשי ישיבת בעלזא אין רבי ר' ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר, וואו מען האט געמאכט א מי שברך פאר כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א.
הגאון רבי אברהם יהושע סלובייצ'יק שליט"א ראש ישיבת בריסק אויף אפרוה בין הזמנים אין דאבוס שווייץ.
כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א איז די וואך אנגעקומען אויף א פלוצימ'דיגע באזוך אין קראלי יונגל קעמפ, ווערט געזעהן דער בארימטן בעל מנגן הרב יעקב שלמה גראס ראש המדריכים.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר איז זיך משתתף ביים שמחת החתונה די וואך פון החתן בן זקונים ביי גיסו הגה"צ אבד"ק רענדיק שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין שטאט מאנסי, ווערט געזעהן כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, אין די זיידע הגה"צ רבי הלל וויינבערגער שליט"א אב"ד סערדעהעלי ודומ"ץ נייטרא.
האדמו"ר מבארדיטשוב ביים ערהאלטן ברכת הקודש פון כ"ק האדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א.
איש החסד עינינו • דעם פארגאנגענען מוצ"ש פ' עקב איז מיט פיל צער אויפגענומען געווארן די שווערע בשורה אז דער איש החסד בה' הידועה הרה"ח חיים בער מייזעלס ז"ל איז ליידער נפטר געווארן נאך וואס ער האט ליידער מיטגעמאכט יסורי איוב די לעצטע צייט, אין יונגן עלטער פון 45 יאר אלט, אבער וואס דער איד האט אויפגעטון אין זיינע עטליכע יאר, קומט נישט אויס פאר פילע צו טוהן אין א לאנג לעבן. ר' חיים בער איז געווען דער אדרעס פאר טויזענטער נצרכים דורכאויס די יארן, ער האט במו ידיו צוזאמגעשלעפט מיליאנען, און האט אין גאר אסאך פעלער נישט געקענט די מענטשן אליין, בכלל זענען אלע זיינע מעשה חסד צוגעגאנגען בדרך כבוד להפליא. באזונדער, האט זיין הארץ געפלאמט פאר אלמנות און יתומים, וועלכע ער האט נאכאנאנד געשטיצט מיט אויסטערלישע סכומים. ווי פארשטענדליך האט ער ווייט נישט אויסגעלאזט די עניי ארץ הקודש, פאר וועלכע ער פלעגט שאפן ריזן סכומים מידי שנה בשנה, נישט אריינגערעכנט דאס ארומגיין יעדע זונטאג מיט ארץ ישראל'דיגע חתנים, און סתם אויסגעצאלט חתונות פאר הונדערטער עד פ"א. זיין פנים שוחקות - די פרייכליכקייט און שמייכל אויף זיין פנים, זיין צוגעלאזנקייט צו יעדעם איינעם, די ווארימקייט און געפיל וואס דער איד האט ארויסגעוויזן צו אנדערע - פלאי פלאים. יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו ושנשמע ונשבשר בשורות טובות.
די וואך איז אויסגעפאלן דעם דריטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בעל עטרת ישראל, לרגל די הילולא האט א 9 יעריג יונגל אפגעמאלן אן הערליך בילד פון רבי'ן ז"ל.
Kommentarer