מיטוואך פ' כי תצא - ו' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן מטעם בית כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אז די רבי שליט''א וועט תיכף פונעם מסע הקודש 'אהבת איתן' אין פולין זיך ארויסלאזן אויף א קורצע בליץ באזוך אין שטאט שיקאגא ווי די רבי שליט"א וועט באשיינען די שמחת החתונה בבית אחיו הגה"צ רבי משה יוסף אונגער אב"ד ווייטצען שיקאגא, וואס קומט היינט אויפדערנאכט אין שיקאגא. די רבי שליט"א וועט מפאר זיין בראש השמחה ביי די חתונה און מארגן דאנערשטאג אינדערפרי וועט זיך די רבי צוריקקערן למעון קדשו אין מחנה מתיבתא באבוב 45 אין פארקסוויל.
Mga Komento