מוצאי שבת פ' עקב - י"ח אב תשפ"ג | קול בחצרות
חסידי אמשינוב האבן דעם ליל שישי מיטגעהאלטן די חתונה במעון הקודש מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א די חתן א זוהן פון חתנו הרה"צ ר' עקיבא קליין, וואס איז פארגעקומען בקול צהלה ורינה אין דער שטאט אשדוד.
אום 10:30 אויפדערנאכט איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום מעמד הקבלת פנים און מסדר געווען די כתובה, דאן איז מען ארויס צום חופה ווי די רבי האט מסדר קידושין געווען בקול חוצב כדרכו בקודש, כחצות הלילה איז די רבי ערשינען צום שמחת החתונה און זיך געוואשן צום סעודה, די רבי האט געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש, און זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה אויפן אויבן אן.
ביים שמחת החתונה האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פונעם מחותן כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס צווישן די אדמורי"ם, האד' מדאראג איז געטאנצן מיט די חתן און א באזונדערע ריקוד מיטן מחותן די אמשינוב'ער רבי, אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן במשך די שמחה האד' מסטריקוב, און די פעטער'ס האדמורי"ם מקוזמיר און טריסק.
נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין בשמחת חתן וכלה בעת ווען די רבי שליט"א האט ממשיך געווען די עבודת הקודש פון ברכת המזון פאר לענגערע שעהן, דערנאך האט מען צוגעטראטן צום געהויבענעם מצווה טאנץ בעת ווען די רבי שליט"א האט אפגעראכטן די עבודת הריקודין לפני הכלה בשלהבת אש קודש. דער חתונה האט זיך געשלאסן קרוב צו פינעף אזייגער פארטאגס נאכן עלות השחר.
Comments