מונטאג פ' דברים - כ"ח תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: יוחנן לוסטיג
הונדערטער אידן שטייען אצינד פארזאמלט אויף רחוב עבודת ישראל אין די בתי ווארשא געגנט אין ירושלים עיר הקודש, נעבן די חדר המיוחד פון האי גאון וצדיק שריד לדור דעה הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנער שליט"א, וואו מען טוט איינרייסן ביים בורא כל עולמים, באגלייט מיט ניגוני התעוררות.
שוין עטליכע שעה וואס פילע אידן שטראמען אהין כאפן א בליק אויף דעם צדיק, אריינכאפן צו זעהן די הייליגע צורה, אין די צייט וואס די קינדער און אייניקלעך און מקורבים געפונען זיך ארום די בעט, זייענדיג מתפלל מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות.
אינעם הייליגן צימער וואו דער מקובל דינט שוין דעם אויבערשטן צענדליגע יארן, געפונען זיך אצינד די איידימער כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראזלא שליט"א, און די אנדערע קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים, אין א ספעציעלע געלעגנהייט ווערט געגעבן פאר די הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה צו כאפן א בליק.
יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל האט דער איידעם כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ארץ הקודש, און אזוי אויך איז נארוואס ערשינען א מכתב קודש מטעם בית דין צדק דקהל מחזיקי הדת בעלזא, וואו זיי רופן דעם ציבור צו איינרייסן לרפואתו השלימה פונעם חבר הביד"ץ הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א לאריכות ימים ושנים.
אין אנדערע נייעס זענען די תלמידים פון ישיבת טשעבין, וואו הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א דינט שוין אלס מרביץ תורה רבות בשנים, יעצט ביינאכט ארויסגעפארן צום הר המנוחות מתפלל צו זיין ביים ציון הק' פון רבו מובהק הרה"ק מבעלזא זי"ע, אויסצובעטן א גענצליכע רפואה פארן זקן המקובלים והגאונים, שריד לדור דעה, די דור זאל נאך קענען האבן די זכיה נהנה צו זיין פון דעם גרויסן אור.
Comentarios