זונטאג פ' כי תצא - ג' אלול תשפ"ג | קול בחצרות
קיין ווערטער זענען נישט דא ארויסצוברענגען די ריכטיגע געפילן וואס שטורעמען אין ברויזן ביי חסידי ראחמסטריווקא נאכן דערהויבענעם שבת קודש מעין עולם הבא שטייענדיג נאך בעמק הבכא תוך ימי השבעה נאך די הסתלקות פונעם רעיא מהיימנא כ''ק האדמו''ר הרה"ק מראחמסטריווקא זיע''א, בצל הקודש פון ממשיכי דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א ואחיו האדמורי"ם שליט"א, אין א בחינה פון נפשם מצאה מנוח זעהנדיג ווי די הערליכע המשכה ציהט זיך ווייטער און ברוך השם אשר לא השבית גואל.
אויף שבת זענען געקומען צופארן הונדערטער געסט מכל קצוות תבל וועלכע האבן זיך צוזאמגענימען לפונדק אחד מיטצוהאלטן האי שבתא דריגלא, אויפן מזרח וואנט פון בית מדרש איז געווען אנגעגרייט זיבן מכבודיגע שטוהלן פאר די זעקס זוהן פונעם רבי'ן זיע''א, און פאר נכדו הגדול כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א, גלייכצייטיג איז געוועהן שטארק קענטיג מקום קדשו פונעם רבי'ן זצ"ל אין ביהמ''ד וועלכע איז געבליבן ליידיג און פאריתומ'ט דורכאויס גאנץ שבת.
צו מנחה ערב שבת איז צוגעגאנגען הרה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי בן הרה"צ ר' וועלוועל זצ"ל מראחמסטריווקא און איידעם פון הרה"ק בעל 'תורת מרדכי' מוויזניץ זי"ע, און צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט''א אייניקל פונעם רבין זצ"ל, נאכן דאווענען זענען די אדמורי"ם שליט"א געשטאנען אינעם פאליש פון בהימ''ד און די גאנצע ציבור איז דורך זאגן גוט שבת פאר א לענגערע צייט. נאכן דאווענען האט די לעגענדארער משמש בקודש הרה"ח ר' יהושע חיים קאסטען אויסגערופן אז די רבי וועט אריינקומען צום טיש נאך 12:00.
אויפצונעמען די פילצאליגע געסט האט מען אפגעראכטן די סעודת ליל שבת קודש פאר די אורחים חשובים אין דעם היכל הכולל, וואו מען האט אינאיינעם געגעסן און פארברענגט און געהערט דברי תורה פון די רבנים חשובים שליט”א.
שוין א שיינע שטיק צייט בעפאר די זמן פונעם טיש איז דאס ביהמ''ד געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו, דאס ביהמ''ד איז איינגערישט געווארן מיט שורות שורות פון בענק און הויעך שטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור האלפים וועלכע האבן איבערגעפילט דעם בית המדרש מיט אלע אירע פליגלען. מה נהדר ומה נעים איז געווען די מראה וויאזוי עס האבן געשטראמט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון אלע עקן פון דער שטאט, אין צוגאב צו די פילע געסט מרחבי ניו יארק, ווען אויף אלע גאסן איז געווען קענטיג דער שטראם קיין ראחמיסטריווקא.
אויפן אויבן אן איז צוגעגרייט געווארן צעהן שטילן פאר די שבעת קני המנורה כ"ק האדמורי"ם שליט"א, און פאר די דריי איידימער חתנין רבנן הרה"צ ר' מרדכי טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט''א, הרה"צ ר' נחום טווערסקי און הרה"צ ר' מרדכי אהרן טווערסקי.
אום 12:15 איז כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א אריינגעקומען אין בית מדרש ווי די רבי איז געזעצן אין צענטער פונעם אויבן אהן, צו די זייט פון די ברידער האדמורי"ם שליט"א וועלכע האבן שוין אפגעווארט דעם רבי'ן שליט''א אין ביהמ''ד.
די משמש בקודש הרה"ח ר' יהושע חיים קאסטען, הרה"ח ר' יענקל מאיער און הרה"ח ר' שמעון גרינוואלד וועלכע האבן געהאט די זכיה משמש צו צו זיין ביים רבי'ן זצ''ל האבן אלע ממשיך געווען לעמוד ולשרת בקודש ביי בנו הגדול די רבי שליט"א דוכראויס גאנץ שבת, אויך האבן זיך אנגעזעהן אונטערן רבין שליט"א די ראשי הקהילה הרה"ח ר' משה יהושע קרעמער מנהל המוסדות און הרה"ח ר' אליעזר יהודה פאגעל ווי זייער חזקה ביי די שולחנות הטהורים ביים רבי'ן זי"ע בהילו נרו עלי ראשינו.
כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א האט אויפגעהויבן די כוס צו קידוש, און א שטילקייט האט געהערשט בשעת ווען די רבי שליט"א האט קידוש געמאכט מיט אן אש קודש.
ביים טיש האבן זיך אנגעזהן צענדליגע רבנים ופני העדה צווישן זיי בני כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א, הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק, דייני בעלזא בשליחות פון כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א, און נאך פילע רבנים ואנשים חשובים אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם.
במשך די טיש האבן אלע אדמורי"ם גענימען שיריים פונעם עלטערן ברודער די ראחמיסטריווקא רבי שליט"א, נאכן פיש האט די רבי אנגעהויבן אתקינו סעודתא און מכבד געווען די ברודער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט''א פארצוזינגען כל מקדש.
מיט א גאר שטארקע ווארעמקייט און דערהויבנקייט האט מען געזינגען די ניגוני שבת קודש ווי איינגעפירט בבית מדרשו של רבי, שטייענדיג בימי השבעה האט די רבי שליט''א נישט געזאגט קיין תורה. די רבי האט געוואונטשן לחיים קודם פאר די ברידער האדמורי"ם אויפן אויבן אן און דערנאך פארן גאנצן ציבור, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די ברודער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אוק ען וויין שליט''א, וואס האט אנגעהויבן 'ברשות אדונינו מורינו ורבינו בעל הבית הזה', נאכן בענטשן זענען פארגעקומען עטליכע זכרים ביי עטליכע חסידי ראחמסטריווקא ווי זיי האבן זיך געוואונטשן מזל טוב ביים רבי'ן שליט"א ואחיו האדמורי"ם שליט"א.
דערנאך האט מען געזינגען די קביעות'דיגע ניגונים פון נאכן טיש הרחמן הוא ינחילנו, א ניגון שמחה און אזוי אויך הושיעה את עמיך וואו עס איז נהוג בחצר הקודש ראחמסטריווקא אין ירושלים.
עס איז געווען א מחזה הוד זיך זעהנדיג ווי חסידים יונג און אלט האלטן מיט דעם ערשטן טיש וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א יראה עילאה און גרויס ערנסטקייט וואס מען האט געקענט טאפן אין די לופטן, נאכן טיש האט מען אנגעהויבן דורכגיין זאגן גוט שבת ביים רבי'ן, און זעענדיג ווי עס קומט לידי סכנה האט די רבי פארלאזט דאס בית המדרש, אין במשך דעם גאנצן וועג אהיים לביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן זצ''ל האט זיך די ציבור האלפים געשטופט צו זאגן גוט שבת אין די רבי האט יעדן צוריקגעוואונטשן במאור פנים.
שבת אינדערפרי צען אזייגער פונקטליך איז די ראחמסטריווקא רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען און פארגעזאגט ברכות, ביים ליינען האבן עולה געוועהן די דריי איידימער פונעם רבי'ן זצ"ל, און מיט הגבהה איז מכובד געווארן די רבי שליט"א, שבת נאכמיטאג האט הרה"ג ר' לייבל וויליגער אב"ד אור תורה וראש ישיבת תורה ודעת פארגעלערנט א שיעור אין פרקי אבות במשנתו הטהורה פונעם רבי'ן זצ"ל, דערנאך האט מען געדאווענט מנחה פריער ווי געווענדליך כדי צו קענען ענדיגן שלש סעודות ביים זמן רבינו תם, ביים טיש שלש סעודות האט זיך די רבי געוואשן און מכבד געווען אחיו כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' אברהם יהושע העשיל פארצוזינגען די ערשטע חלק זמירות, און מיט די צווייטע חלק זמירות כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' ישעי' משולם זושא, במשך שבת האט זיך אויך אנגעזעהן ביי די תפילות אין טישן הרה"ח ר' יצחק פנחס טווערסקי מנכ"ל מוסדות ראחמסטריווקא בארה"ק.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דעם רבינ'ס ברודער כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' יעקב יוסף, דערנאך זענען די אדמורי"ם שליט"א אהיים געגאנגען, אין אין בית מדרש האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, און בזמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.
די אדמורי"ם שליט"א האבן געדאווענט אין זעקס באזונדערע מנינים בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן זצ"ל, דערנאך האט די רבי שליט"א געמאכט הבדלה ברוב עם, און עטליכע מינוט שפעטער האט זיך אנגעהויבן די ניחום אבלים ווי א מאסיווע שטראם פון הונדערטער חסידים זענען דורכגעגאנגען מנחם אבל זיין און איבערגעבן קוויטלעך.
במשך די גאנצע שבת האבן זיך כסדר אנגעזעהן א מחזה הוד פון חסידים מספרים, עלטערע חסידים ביים איבערגעבן פאר די יונגערע דורות זכרונות והנהגות איינצוקריצן און מקיים זיין דעם הדבק במידותיו.
מוצאי שבת איז פארגעקומען א גרויסע מלווה מלכה בהיכל הכולל וואו דעם רבינ'ס יונגסטער איידעם הרה"צ ר' מרדכי אהרן טווערסקי האט אויפגעטראטן מיט עובדות והנהגות פון זיין גרויסן שווער די רבי זצ"ל, בסיום דבריו האט ער זיך אנגערופן אז כאטש ביי אונז איז נישט געווען די דרך מוחה צו זיין, דארף מען אבער מגלה דעת זיין אז דאס וואס עס ווערט אין די טעג פארשפרייט אויסגאבע'ס מיט בילדער פונעם רבי'ן זצ"ל איז זעכער געווען נגד רצונו, אין אלע יאהרן האט זיך די רבי שטארק אוועקגעשטעלט קעגן דעם, אין ער איז דן לכף זכות אז זיי ווייסן נישט דערפון, אבער מען דארף וויסן די אמת אין מוחה זיין בכל תוקף.
Comments