דינסטאג פ' מטות מסעי - כ"ב תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
אנדערש ווי געפלאנט איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ארויסגעפארן יעצט נאכמיטאג מיט א פריוואטע פליגער קיין שווייץ, צוליב א מעכאנישע פראבלעם וואס האט זיך געשאפן מיט די ארגיענעלע פליגער וואס דער רבי האט געדארפט פארן.
ווי געמאלדן פארט דער גערער רבי היינט ארויס קיין שווייץ, וואו דער רבי וועט וויילן אויף אפרוה פאר צוויי וואכן, אין א פראכטפולע ווילא וואס איז אפגעדינגען געווארן דורך איינע פון די נגידים, דער רבי האט געזאלט ארויספארן היינט מיטאג מיט א סוויס עיר פליגער, אבער צוליב א מעכאנישע פראבלעם וואס האט זיך געמאכט מיטן פליגער היינט אינדערפרי, נאך איידער די פליגער איז געקומען פון שווייץ קיין ארץ ישראל, איז די נסיעה פון ארץ ישראל קיין שווייץ געווארן אפגערופן.
נאכקוקענדיג פארשידענע אפציעס איז אפירגעקומען א פלאן אז דער רבי זאל ארויספארן מיט א פריוואטע פליגער פון ארץ ישראל קיין שווייץ, אבער צוליב די שווערע פראטעסטן וואס קומען פאר היינט אין ארץ ישראל, אלס א טייל פון א כוואליע אנטי-רעגירונג פראטעסטן פאררופן אויף היינט דינסטאג לענגאויס די לאנד, איז דער רבי יעצט נאכמיטאג ארויסגעפארן ממעון קדשו אין ירושלים מיט פאליצייאישע באגלייטונג, צו אנקומען אין לופטפעלד צייטליך און פארזיכערט.
חסידי גור בכל אתר ואתר וואונטשן דעם רבי'ן צאתכם ובואכם לשלום, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.
*
דעם רבינ'ס שיירה ביים פארלאזן ירושלים אויפן וועג צום לופטפעלד
ביים אנקומען אינעם לוד לופטפעלד
Comments