פרייטאג פ' דברים - ג' אב תשפ"ג | קול בחצרות
א וויכטיגע אסיפה איז פארגעקומען דעם מאנטאג אויפדערנאכט אין קרית יואל, אין שטוב פון הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, ביי וועלכן די נאנט צו פופציג מורי צדק זענען זיך צוזאמגעקומען, און געהערט פונעם דיין שליט"א די קלארע דרכי ההוראה אויף פארשידענע נושאים וואס איז איצט עומד על הפרק.
ביים אסיפה האט דער דיין אויפגעטרעטן מיט די משא המעמד, און אויסגעשמועסט פילע וויכטיגע שאלות וואס קומען אן אויפן טיש פון די גדולי הרבנים, צום ערשט איבער די דינים פון אבלות אין די ניין טעג און תשעה באב, ובפרט הלכות וואס איז נוגע אויף דאס יאָר, ווען תשעה באב געפאלט אום דאנערשטאג, נאנט צו שבת קודש.
מענין לענין האט דער דיין שליט"א אויסגעשמועסט נאך אנדערע מקצועות בהלכה, ובפרט נושאים בהלכות שבת, ווי איבער פארן און קומען פון שפיטאל ווען נויטיג און נאך, הלכות טהרה, הלכות תפלה און נאך, און דערביי געגעבן קלארע הדרכות ווי אזוי עס איז אנגענומען דער פסק צווישן די פריערדיגע מורי הוראה פון פריערדיגן דור אשר מפיהם אנו חיים. אינצווישן האבן די מורי צדק שליט"א געהאט די געלעגענהייט אריינצופרעגן און איבערשמועסן די נושאים איבער וואס מען האט ארומגערעדט, און ברוב עם האט מען יעדע זאך אויסגעשמועסט מיט א געוואלדיגן קלארקייט.
ביים סיום פון די אסיפה האט דער דיין שליט"א אויפגעברענגט דעם ווייטאגליכן נושא פון נישט-ריכטיגע הדרכה וואס עס איז היינט דא א מעגליכקייט צוצוקומען דערצו פאר חתנים און כלות, און דערביי ארויסגעברענגט די שטארקע שטיצע וואס פעלט זיך אויס פארן מפעל "בית נאמן" אין קרית יואל וואס גיבן איבער די הדרכות אויפ'ן ערליכן מקובל'דיגן מסורה'דיגן וועג.
Comments