top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקרעטשניף פאררופן וויכטיגע אסיפה פאר קהל חסידיו; מטרה דערווייל נישט קלאר

זונטאג פ' דברים - כ"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


א וויכטיגע אסיפה איז פאררופן געווארן היינט זינטאג דורך כ''ק האדמו''ר מקרעטשניף שליט''א פאר קהל עדת צאן מרעיתו ווי די רבי שליט''א וועט איבערגעבן דברות קודש אין דער דבר השם ברמה פאר כל קהלא קדישא הדין בענינים העומדים על הפרק.


אין א מודעה וואס איז נעכטן מוצאי שבת ארויסגעשיקט געווארן פאר די חסידים האט דעם רבינ'ס שטוב איינגעמאלדן די חסידים איבער דעם ערשטמאליגער אסיפה פאררופן דורכן רבי'ן שליט''א פערזענדליך פאר אלע חסידים המקשורים לאילנא דחיי אין גאנץ ארץ ישראל אריינגערעכנט בעלי בתים אינגעלייט אין בחורים, ואיש בל יעדר.


דער כינוס וועט פארקומען היינט זינטאג אויפדערנאכט אין די זאלן פונעם בנין התלמוד תורה אין קרית קרעטשניף רחובות ווי די רבי שליט''א וועט אדרעסירן דעם אסיפה. ווי די חסידים געבן איבער האט די רבי נישט אנגעגעבן פון וואס ער וועט רעדן אין דער מטרה פון דעם כינוס איז דערווייל נישט קלאר.

Comments


bottom of page