דינסטאג פ' מטות מסעי - כ"ב תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: מלכות ויזניץ בטלגרם - לאנדאן
מיט רגשי הלב האָבן חסידי וויזניץ תושבי לאנדאן מקבל פּנים געווען פּני מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פאַרלאָפענעם זינטיג אָווענט ווען דער רבי שליט"א איז אָנגעקומען אין די שטאָט, לחון את פּני העיר.
צו די באַשטימטע צייט האָט דער פליגער געלאַנדעט אין די היטרו לופטפעלד און פון דארט איז דער רבי שליט"א תיכף צוגעפאָרן צו די העמסטעד געגענט בשכינות פון גאלדערס גרין ווי די רבי וועט אי"ה האבן די אכסניא אין לויף פון די וואך, ווי א גרופע פון פני ונכבדי העדה וראשי הקהילה האבן אפגעווארט דעם רבין פארנט פון בית האכסניא אין שלום גענימען.
צומארגנס מאנטאג ביי שחרית האט די רבי עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, אין די פארמיטאג שעות איז די רבי אריינגעפארן צום סטעמפארד הילל געגענט ווי די רבי איז צום ערשט אנגעקומען בשערי התלמוד תורה ווען דערביי האָבן די הונדערטער קינדער מקבל פּנים געווען דעם רבי'ן שליט"א ברוב רגש, מיט א דרשה נלהבה האָט אויפגעטרעטן הרב חיים מנחם הארטמאן מנהל התלמוד תורה, וועלכער האָט מיט פּאַסיגע דיבורים אַרויסגעברענגט דאָס גרויסקייט און זכיה פון דעם מאָמענט, דאַן האָט דער רבי שליט"א טועם געווען און געוואונטשן לחיים פאר די חשובע כלי קודש ומרביצי תורה.
דערנאָך האָבן די קינדער געהאַט די זכי' צו הערן די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, מלא וגדוש מיט הדרכות פאר די תשב"ר, בפרט בעניני שמירת הדיבור. אינמיטן דעם מעמד האָבן עטליכע תלמידים פאָרגעזינגן הערליכע חרוזים, אַרויסברענגענדיג די געפילן וואָס שפּירט זיך ביי אַלע תלמידים, און אויסגערעכנט די שלשלת הקודש לבית וויזניץ און ווי עס ציהט זיך די וויזניצע.
שפעטער האט מען געשאנקן פארן רבי'ן א סעט ספרים וואס איז ספעציעל ארויסגעגעבן געווארן דורך די ילדי התלמוד תורה לכבוד די מעמד און נעמט אריין אלע מידות טובות שבין אדם למקום און בין אדם לחבירו, דערנאך האבן די בחורי המכינה געהאט די זכיה אדורכגיין ביים רבין באקומען תעודות נאכן זיך פארהערן אויף הונדערטער בלעטער גמרא, און דערביי זענען אלע הונדערטער ילדי חמד דורך כבני מרון ביים רבין שלום נעמען, דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבין בשירה וזמרה.
אום 7:30 איז די רבי ווידער אנגעקומען אינעם זאל פון תלמוד תורה ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים דורך די תלמידי הישיבה 'ישועות משה', די בחורים האבן ענטפאנגען את פני הקודש בקול שמחה, און די ראש ישיבה הרה"ג ר' פנחס שנעעבאלג האט אויפגענימען דעם רבי'ן מיט פאסיגע דברי ברכה, דערנאך האט אויפגעטראטן די מנהל רוחני אין די בחורים האבן געזינגען ווארימע ניגונים, דאן האט די רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען מדברות קודש, צום שלוס פונעם מעמד האט די רבי פארטיילט תעודות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכענט אין ראם פון חבורת ותלמודו בידו.
דערנאך איז די רבי אנגעקומען אין בית מדרש הגדול אהבת ישראל וויזניץ וואו מ'האט געדאוונט מנחה ברוב עם הדרת מלך. תיכף נאך מעריב איז פאָרקומען דער צענטראלער מעמד "קבלת פּנים" במקהלות עם רב חסידי וויזניץ זקנים עם נערים און פילע תושבי העיר אין שפוץ פון די רבני העיר.
די רבי איז אויפגענימען געווארן בשירה וזמרה, און די ראש ישיבה הרה"ג ר' פנחס שנעעבאלג האט אויפגעטראטן אין מיט פּאַסיגע ווערטער אַרויסגעברענגט די רגשי הלב, אויך האט אויפגעטראטן די רב הבית מדרש הרה"ג ר' ארי' ווייס אב''ד וויז'ניץ לאנדאן, די רבי שליט"א האט טועם געווען פון די מזונות און אויסגעטיילט פאר די באטייליגטע רבנים ועסקני וגבאי הקהילה, אין דאן משמיע געווען מדברות קדשו לכל העם הנאספים, און די גאנצע ציבור איז אריבער שלום נעמען, דערנאך האט די רבי געדאוונט מעריב ברוב עם, און דערנאך אנגעקומען אויף א באזוך ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, ווי עס איז אנטוויקלט געווארן א שיינעם שמועס אין די רבי'ס האבן זיך פארשפארט ביחידות פאר א משך זמן.
Comments