מיטוואך פ' בחוקותי • כ"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
בכבוד והערצה האבן תושבי ארצות הברית מקבל געווען בהדרת כבוד דעם חשובן גאסט פון ארץ הקודש, מרן ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א, וועלכער האט היינט מיטוואך פארטאגס געלאנדעט אין ניו יארק אויף א ביקור חיזוק בקרב עדת צאן מרעיתו, און אויפטרייבן שטיצע פאר די מוסדות הקדושים בארץ הקודש.
אין די פריע פארטאגס שעה'ן האט דער ראש ישיבה געלאנדעט אין די נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערזי, וואו עס האבן אפגעווארט א קבוצה נכבדה חסידים ואנשי מעשה.
דער ראש ישיבה איז אריינגעפארן קיין בארא פארק לבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' מאיר מעלניק עמוד התווך פון מוסדות פני פנחם, און ארום אכט אזייגער ערשינען צו תפילת שחרית אין די פראכטפולע עמינענס זאלן אין בארא פארק וואס איז ארויסגעדינגען געווארן לכבוד דעם באזוך, נאכן דאווענען האט די ראש ישיבה געדינט אלס סנדק ביי א ברית און דערנאך זענען די הונדערטער חסידים דורך שלום נעמען. עס האט נאכגעפאלגט א מעמד לחיים און קבלת פנים לכבודו פונעם גרויסן גאסט די ראש ישיבה שליט"א און זיין ברודער הגאון רבי דניאל אלתר ראש ישיבת פני מנחם, וואו דער ראש ישיבה האט משמיע געווען דברי ברכה וחיזוק.
נאכמיטאג האט די ראש ישיבה באזוכט אין כולל פני מנחם וואס איז סטאנציאנירט אין ביהמ"ד ליזענסק אין בארא פארק, וואו דער ראש ישיבה האט איבערגעגעבן א לומדישע שיעור פאר די הונדערטער אינגעלייט, העמלים באהלה של תורה באגלייט מיט דברי חיזוק והדרכה. אין לויף פונעם טאג די טאג האט דער ראש ישיבה באשיינט א רייע מסיבות ומעמדים לטובת מוסדותיו הקדושים, דאראונטער א רייכע מסיבה לטובת די בארימטער מכון 'ניצוץ אחד' וועלכע טוט מפיץ זיין די שיעורים, דברי תורה אין דרשות פון אחיו הגאון רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבה קטנה פני מנחם.
דורכאויס די צוויי טעג פון היינט מיטוואך און מארגן דאנערשטאג בחוקתי איז באשטימט פאר "קבלת קהל" פאר די פילע חסידים און מעריצים ודופקי פתחו וואס וועלן האבן די זכי' אריינצוגיין לעצה ולברכה.
מארגן דאנערשטאג אויפדערנאכט - אכט דרייסיג אווענט, וועט פארקומען די צענטראלע שיעור אין די עמינענס זאלן אין בארא פארק, וואו עס וועלן זיך צונויפקומען טויזענטער תושבי העיר למדנים און רבנים, וואו דער ראש ישיבה וועט איבערגעבן א ווארעמע שמועס הכנה לחג השבועות, און אנווארעמען די משתתפים זיך צו מחזק זיין בלימוד התורה כדרכו.
Comments