top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות ביי חסידי וויז'ניץ נאכן מיטהאלטן יו"כ בצל הקודש טראץ חולשה ביים רבי'ן

דינסטאג פ' וזאת הברכה - י"א תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


בחסדי שמים האבן וויז'ניצער חסידים געהאט די זכיה מיטצולעבן א דערהויבענעם יו''ט ווען כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א האט אראפגעלייגט אן עבודת הקודש העכער אלע ערווארטונגען אין געדאווענט די תפילות פארן עמוד ווי געווענדליך.


צוליב די חולשה ביים רבי'ן נאכן סטענט פראצעדור פאריגע וואך, איז געוועהן עטליכע הפסקות ביים דאוונען ווי ליל יום כיפור נאך די שטילע שמונה עשרה פון מעריב אין אזוי אויך נאך די שטילע שמונה עשרה פון מוסף וואו מען האט געזינגען ווארימע ניגונים. אזוי אויך די רבי שליט''א געזעצן ביי טייל פון די תפילות.


ליל יום הקדוש ביי כל נדרי האט זיך אנגעזעהן אין ביהמ''ד די היסטארישע ספר תורה פונעם בעל שם טוב הק' זי''ע וואס איז אויך געוועהן צווישן די חפצי קודש וואס די רבי האט ערהאלטן דער וואך נאכן צוטיילן די ירושה פונעם ישועות משה.


נעכטן ביים טיש מוצאי יום הקודש איז אויך פארגעקומען די שמחת שלישי למילה לרגל די ברית פון אן איר אייניקל ביים רבי'ן שליט''א וואס איז פארגעקומען ערב יום הקודש אין ירושלים, אין די רבי האט זיך נישט געקענט משתתף זיין זייענדיג נאך אפגעשוואכט. ביי די דברות קודש האט די רבי שליט''א געדאנקט דעם בורא כל עולמים על כל החסד אשר עשה אין בפרט נאך אזא דערהויבענעם יו''ט וואס מען האט געפראוועט אין אזוי אויך די שמחה במעון קדשו, אין מסיים געוועהן בברכת קדשו.






































Comments


bottom of page