top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקארלין סטאלין וועט פראווען גרויסארטיגער שבת הילולא אין שטאט "דעטרויעט" קומענדיגן שב"ק תזריע טהרה

מיטוואך פרשת שמיני • כ"ה ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אלפי חסידי קארלין סטאלין טוהן אויפנעמען מיט גרויסע התרוממות הנפש, אז אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועט אפרעכטן א גרויסארטיגע שבת אין שטאט "דעטרויעט" אין מישיגען, אויף דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת תזריע טהרה ה' אייר, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון דודו הגדול הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין דעטרויעט זי"ע וואס מקום מנוחת קדשו געפונט זיך אויפן בית החיים אין שטאט דעטרויעט.


דער קארלין סטאלין רבי שליט"א איז זיך נהוג מדי שנה בשנה ארויסצופארן קיין דעטרויעט אין מישיגען צום יומא דהילולא קדישא, אבער א באזונדערע היסטארישע ערווארטונג איז פארהאן ביי די היי יעריגע נסיעה הרוממה, ווען צום ערשטן מאל נאך גאנצע 15 יאר וועט דער רבי שליט"א פראווען א שבת קודש אין "דעטרויעט" במעמד הונדערטער חסידי קארלין סטאלין פון איבער די גארער וועלט וואס וועלן קומען צופארן פון איבעראל מיטצוהאלטן אזא געהויבענע היסטארישע "שבת הילולא קדישא" אשר יום שבתון אין לשכוח.


אין די יעצטיגע טעג איז די העפטיגע הכנות און רעוואנאציעס אריין אין איר פולקאמע קראפט, ווען די עסקני השבת גרייטן שוין צו די פאקטישע טעכנישע פרטים ארום די היסטארישע שבת ההילולא, ווען די בעלי מלאכה געפונען זיך שוין אויפן ארט אויפצושטעלן א גינגאנטישע "שאטער הענקי" וואס וועט דינען במשך דעם שבת קודש פאר די געהויבענע תפלות און עריכות השולחנות, אזוי אויך טוהן די עסקנים ארויסדינגען אכסניות און האטעלן פאר די הונדערטער געסט וואס קומען צו פארן פון איבעראל לעשות את השבת בצל כנפיך יחסיון.


עס איז געעפנט געווארן א מאסיווע "הרשמה דרייוו" ווי עס וועט ווערן געגעבן די געלגענהייט פאר חסידי קארלין סטאלין זיך איינשרייבן מיטצוהאלטן די געהויבענע שבת ההילולא, אזוי אויך די פרחי צאן קדשים די קינדער פון העכער ניין יאר וועלן זיך אויך קענען איינשרייבן צום שבת אונטער די אויפזיכט פון די עלטערן.


די מעמד "עלי' לציון" וועט בעז"ה פארקומען ממחרת ההילולא קדישא זונטאג פרשת אחרי קדושים, במעמד הונדערטער חסידי קארלין סטאלין בראשות רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

Kommentarer


bottom of page