top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורא באזוכט במעונו פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א לכבוד משפחה שמחה

דינסטאג פ' פקודי • כ''ה אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ. א. נוימן

 

היינט אינדערפרי איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אנגעקומען קיין ירושלים, לביתו נאווה קודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב, ווי עס איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה, לבן הנולד ביי גיסו הרב אליעזר שטערנבוך, א זוהן פון הגאון ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א דומ"ץ קהל מחזיקי הדת אנטווערפען וחתן הרה"ג ר' פנחס ווייס שליט"א אב"ד טשערנאביל מאנטשעסטער. ביים ברית איז דער רבי שליט"א מכבוד געווארן מיט סנדקאות דמעומד און הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט געדינט אלס מוהל. נאכן ברית איז דער רבי אריין אויף א באזוך בקודש פנימה, וואו הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט דערציילט איבער זיין משפחה אפשטאם פון סאדיגורא חסידים דורי דורות, און זכרונות ימי קדם, פון די אלטע רוזשינער קלויז אין ירושלים, און נאך פארשידנס. נאכן באזוך האט דער רב שליט"א ארויסבאגלייט דעם גאסט ביותרת הכבוד.



Comments


bottom of page