top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביהמ"ד הגדול והחדש שיכון סקווירא וועט ווערן באנייעט אויף ימים הנוראים הבעל"ט‎

דינסטאג פ' ראה • כ"ג אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מיט איבערגיסנדע רגשי קודש, איז אויפגענומען געווארן די בשורה טובה המדשן עצם אויף וואס יעדע סקווירער חסיד קוקט שוין ארויס אזא לאנגע צייט, אז בסייעתא דשמיא גרייט מען זיך צו עפענען די טויערן פונעם נייעם בית המדרש הגדול והחדש דק"ק סקווירא לקראת די ימים הנוראים הבא עלינו לטובה, ווען כלל חסידי סקווירא ובראשם כ”ק אדמו"ר מסקווירא שליט”א, וועלן בעז”ה פראווענען די הייליגע תפילות און די הקפות אינעם נייעם בית המדרש.


די שמחה איז גאר גרויס, ובפרט ווען מ׳נעמט אין באטראכט דעם אויסטערלישן געדרענג וואס הערשט יאר יערליך דורכאויס די ימים טובים בחצר הקודש וועלכע איז עפעס וואס דרוקט יעדן אויפ׳ן געוויסן, דעריבער איז דאס א בשורה וואס ווערט אויפגענומען ביי יעדן אלס אן אויסטערלישע נייעס און יעדער איז מתפלל מעומק הלב אז עס זאלן ח”ו נישט זיין קיין שום עיכובים און מ׳זאל קענען פראווענען קומענדיגן תשרי אינעם נייעם בנין מיט הרחבת הדעת. אינערהאלב די הכנות צוצורישן דעם בנין עס זאל זיין גרייט פאר שמחת תורה, זענען פארמישט ראשי הקהילה ועסקני חצר הקודש סקווירא, די גבאים פון ביהמ”ד הגדול מיטן געטרייען שמש. די עסקנים ארבייטן האנט ביי האנט סיי צו פארזיכערן אז די נויטיגע פערמיטן זאלן זיין מסודר און ווי אויך לייגט מען א באזונדערע געוויכט אויף אלע לאגיסטיק ענינים וויאזוי אויסצושטעלן די טישן און פארענטשעס אינעם נייעם היכל, עס ליגן אצינד פילע מהלכים אויפ׳ן טיש און די ראשי העסקנים זענען בראש הענינים צו פארזיכערן אז יעדע קליינע דעטאל זאל קלאפן.


ווי פארשטענדליך, וועט דער בנין זיין גרייט אויפן קומענדיגן א' סליחות, בלויז אויף א צייטווייליגן פראוויזארישן פארנעם, נאך ווייט פון פארטיג בכל פרטיה צו קענען אקאמאדירן די וועכנטליכע תפילות מדי שבת בשבתו און טאקע דערפאר וועט מען תיכף נאך שמחת תורה זיך צוריקקערן צום יעצטיגן ביהמ”ד הגדול כדי מ׳זאל קענען ממשיך זיין צו פארענדיגן די מלאכת הבני', ביז מ׳וועט איר שוין קענען מחנך זיין בקביעות און בשלימות בקרוב. אויך ארבייט דער וועד הקמת הבית אויף אלע פראנטן צו פארזיכערן אז דאס אויפבוי פונעם בנין שפאנט פאראויס, סיי אז די שטיבלעך זאלן זיין פולקאם גרייט צום באנוץ פאר׳ן ציבור שוין אנגעהויבן פון א׳ סליחות און סיי צו פארזיכערן אז אלע נויטיגע ארבייט וואס מוז ווערן פארענדיגט צו קענען עפענען דעם בנין פאר׳ן ציבור, ווערט פארענדיגט באצייטנס. און אלפי חסידי סקווירא בעטן ויהי רצון מלפני אבינו שבשמים אז עס זאלן זיך נישט מאכן קיין שום עיכובים.

Comentários


bottom of page