top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בדיצה וחדוה: הערליכע חתונה בשמחת בית מודזיץ - קרית צאנז ירושלים - האלמין

עודכן: 24 בפבר׳

זינטאג פ' תרומה • כ"ה שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: נפתלי לרר

 

חסידי מודזיץ האבן די וואך מיטגעלעבט פרייליכע מאמענטן ביים שמחת החתונה בחצר הקודש, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, א זוהן פון זיין זוהן הרה"צ ר' שמואל אליהו טאוב שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' אליהו שטערן שליט"א אב"ד אור המאיר רחובות, זון פון הגה"צ גאב"ד מירון זצ"ל, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מהאלמין שליט"א בת לבנו הרה"צ ר' דוד גראס שליט"א איידעם פון הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די גרויסע אודיטאריום אין בני ברק במקהלות עם רב בקול צהלה ורינה.


ביים מעמד קבלת פנים האט דער רבי מכבד געווען זיין זוהן דער אבי החתן הרה"צ ר' שמואל אליהו שליט"א פארצוזינגען די מודזיצער נוסח ימים נוראים. ביים חופה האט כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א מסדר קידושין געווען, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ רבי אליהו שטערן אב"ד אור המאיר רחובות, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטער כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א, און די זיידע כ"ק אדמו"ר מהאלמין שליט"א ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור דורך וואונטשן מזל טוב.

דורכאויס די שמחה איז דער רבי געטאנצן פייערדיגע ריקודין מיט די גדולי ישראל וואס האבן באשיינט בראש השמחה, די פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, מחותנו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, און מיט מורו ורבו הגאון הגדול רבי בערל פוברסקי ראש ישיבת פאנאוויטש. אויך איז געשאפן געווארן א שיינע מחול לצדיקים צווישן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א מיט זיין שוואגער כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, און דערנאך אינאיינעם מיט די אנדערע שוואגער'ס הרבנים שליט"א.

אויך האבן זיך אנגעזעהן אין לויף פון די שמחה, כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, די פעטער כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, האדמורי"ם מאנטניא, ספינקא בני ברק, תולדות משה, הרבנים אב"ד קרית צאנז טבריה, די ספרדישע רב פון בני ברק הגאון רבי מסעוד בן שמעון און זיין ברודער הגאון חכם ניסים בן שמעון שליט"א, הגה"צ רבי יעקב לייפער ראש ישיבת פיטסבורג, די פעטער'ס הגאונים הצדיקים רבי אשר ווייס גאב"ד דרכי תורה, ההגאון רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, און הגאון רבי אברהם יצחק ווייס ראש כולל ביאלא, און און נאך פיל.

בדחנא דמלכא ר' שמואל ניילענדער הי"ו האט אויפגערופן דעם זיידן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א צו מצווה טאנץ, דערמאנענדיג זכות אבות צדיקי בית מודזיץ, און די מסע הקודש וואס דער רבי האט אונטערגענומען נישט לאנג צוריק צו די קברי אבות אין פולין לקראת די שמחה, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות וואס זענען מיוחס צו די מודזיצער צדיקים, און דער רבי האט דערביי אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה, און דערנאך געטאנצן מיט נכדו החתן בעוז ותעצומות. נאכן רבינס מצווה טאנץ האט מען ממשיך געווען מיט די ריקודין פון די זיידעס, מחותנים און חתן וכלה, ארום דריי אזייגער פארטאגס האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה נאך די געהויבענע שמחה.



































































Commentaires


bottom of page