top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ימי התעלות פאר חסידי סלאנים אין אמעריקא ביי ביקור המרומם פון האד' מסלאנים בקרב עדת צאן מרעיתו

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, JDN

 

חסידי סלאנים אין בארא פארק האבן מיטגעלעבט געהויבענע טעג במחיצת הקודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א לענגערע ביקור חיזוק בקרב חסידיו אין שטאט.


דער רבי האט געלאנדעט אין ניו יורק מאנטאג יתרו ביינאכט, ווי א גרויסע ציבור חסידים זענען ארויסגעפארן מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א אין לופטפעלד און האבן שלום גענומען פון רבי'ן. דער רבי איז תיכף צוגעפארן קיין בארא פארק בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' אברהם משה קאסטען הי"ו. דורכאויס די ימי הנסיעה האט דער רבי געדאווענט שחרית יעדן טאג בבית מדרשו אין בארא פארק, און מחה מעריב אין די אכסניא.


דינסטאג נאכט האט דער רבי אפגעראכטן א טיש לרגל די יארצייט פון הרה"ק רבי מרדכי מלעכאוויטש זי"ע בבית מדרשו אין בארא פארק, וואו דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל ההילולא.


מיטוואך נאכט בליל חמשה עשר בשבט איז פארגעקומען אן עלעגאנטע מעמד הוקרה פאר די נגידי ותומכי המוסדות וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סומעס לטובת די מוסדות אין ארץ ישראל. דערנאך איז פארגעקומען א חבורה פאר אלע אינגעלייט פון די קהלה פון נאך די חתונה ביז די דרייסיג יאר. איידער די חבורה האבן די אינגעלייט געקענט אריינשיקן שאלות בכל תחומי החיים ועבודת ה' וואס מ'האט אנגעפרעגט ביים רבי'ן שליט"א און דערויף געהערט די קלארע תשובות בעת די יסודות'דיגע שמועס וואס דער רבי האט איבערגעגעבן ביים חבורה.


ביום חמשה עשר בשבט נאכ'ן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א פירות טיש לכבודו של יום. ווי ס'האט זיך אויך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א. דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.


דאנערשטאג פארמיטאג האט דער רבי מיטגעהאלטן דעם 'סדר חמש שעות רצופות' כנהוג אין סלאנים אין די שובבי"ם וואכן, ווי אלע חסידים האבן זיך צוזאמגענומען אין ביהמ"ד און געלערנט פינף שעות רצופות. ליל ששי האט דער רבי איבערגעגעבן די וועכענטליכע שיעור אין אור החיים הק' כהכנה לשבת קודש אין סלאנימער ביהמ"ד אין בארא פארק.


די הויכפונקט פונעם נסיעה איז געווען די שבת נועם הנשמות פרשת יתרו קבלת התורה וואס איז געפראוועט געווארן אויף גאר א געהויבענעם פארנעם אין עיר ואם בישראל בארא פארק, און איז מיטגעהאלטן געווארן דורך פילע הונדערטער געסט חסידים ומעריצים וואס זענען געקומען צופארן פון איבער גרעטער ניו יארק און קאנאדע מיטצוהאלטן דעם שבת בצל הקודש.


דער רבי האט געדאוונט פארן עמוד קבלת שבת און מעריב, און האט אפגעראכטן די טיש אנגעהויבן פון שלום עליכם, וואס האט זיך פארצויגן פאר לענגערע שעה'ן מיט גרויס דערהויבנקייט אויפן סלאנימער שטייגער, במשך די טיש האבן זיך אנגעזעהן רבני העיר צווישן זיי הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר ב"פ, הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אב"ד סיגוט בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און הגה"צ רבי משה שמעון וואזנער אב"ד שאטאו פארק לעיקוואד, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ רבי שלמה פנחס מאלוביצקי אב"ד סלאנים מאנסי, מען האט פארענדיגט די טיש אום פיר אזייגער פארטאגס.


ביום השבת האט די רבי אפגעראכטן די סעודה אינאיינעם מיט די פילע געסט וואס האבן זוכה געווען ליסב על שולחן המלך, ווי ביים סעודה האט די רבי עטליכע מאל משמיע געווען דברות קודש מיט גאר יסודותדיגע'ר דברי הדרכה בעבודת השם.


זונטאג אויפדערנאכט האט די רבי אפגעראכטן די סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק בעל דברי שמואל מסלאנים זי"ע, ווי עס איז געווען צוגעגרייט א ברייטע סעודה פארן גאנצן ציבור, און די רבי האט דערציילט עובדות וסיפורים במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא.


מאנטיג אויפדערנאכט האט די רבי שליט"א געדאוונט מעריב בבית מדרשו אין וויליאמסבורג, און דערנאך איז די רבי אריבער צו א דערנעבנדיגע זאל ווי עס האבן זיך פארזאמלט תחת קורת גג אחד קרוב צו צוויי הונדערט בחורים חסידי סלאנים פון רחבי ניו יארק זיך צו דערהייבן בעבודת השם אין שפיץ פון די מנהיג העדה דער רבי שליט"א וואס האט משמיע געווען לענגערע דברי חיזוק והדרכה פאר די ימי הבחרות, ווי אויך איז אפגעהאלטן געווארן א רייכע באקנעט אין שטוב פון הנגיד ר' אברהם בראך לטובת די סלאנימער מוסדות וואו עס האבן זיך באטייליגט א געקליבענער צאל נדיבים בעם חסידי סאטמאר. דינסטאג איז פארגעקומען די מעמד צאתכם לשלום לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א בבית מדרשו אין בארא פארק, און דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים למעון קדשו אין ארץ ישראל.


Comments


bottom of page