דינסטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א זעלטענעם ערשטמאליגן שריט וועט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א ארויסקומען צווישן ציבור אויף א שבת וויילנדיג אויף אפרו אין פראנקרייך, מאכנדיג דערמיט אן אויסנאם לכבודם פון די נדיבים בעם וועלכע לאזן זיך קאסטן פאר'ן נייעם בית גדול וקדוש, ביהמ"ד החדש פשעווארסק אין שטאט מאנסי.
דער נייער פשעווארסקער ביהמ"ד אין מאנסי וועט שטיין בראשות דעם רבי'נס זון הרה"צ רבי יוסף צבי לייזער שליט"א אב"ד פשעווארסק מאנסי, און ווערט דינען אלס תל תלפיות לתורה ותפלה וחסידות פאר חסידי פשעווארסק תושבי מאנסי.
אצינד בעת דער רבי שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אינעם קור-שטאט ניס, אין פראנקרייך, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו און איינגעוויליגט צו מעריך זיין א שבת אינאיינעם מיט די נגידים בעם וואס לאזן זיך קאסטן מיט די פאנטאסטישע סומע פון 200 טויזנט דאלאר און העכער פאר'ן נייעם ביהמ"ד, זייענדיג א גאר זעלטענע ערשיינונג אז דער רבי זאל פראווען א שבת אין פראנקרייך פאר'ן ציבור, ווען ביז היינט האט דער רבי דארט געפראוועט בלויז פארמאכטע שבתים, אינאיינעם מיט די משפחה, און ניטאמאל מיט די נאנטע מקורבים.
אין לויף פונעם שבת וועלן די נגידים זוכה זיין צו אן אויסנאמליכע קירבה בבית המלכות, און מיטלעבן די געהויבענע תפילות און טישן מבואו ועד צאתו, ערש"ק וועט זיין ספעציעלע זמני כניסה פאר די אורחים אריינצוגיין מיט קוויטלעך, און מוצאי שבת וועט דער רבי מעריך זיין אויף א גרויסן פארנעם די סעודת מלוה מלכה מיט די סיפורי צדיקים כנהוג בבית פשעווארסק.
תגובות