top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפה דחופה "בנים אתם" אפגעהאלטן פאר אלפי בחורי סערט וויזניץ איבער פגעי טעכנאלאגיע

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך‎

 

בחצר הקודש סערט וויזניץ איז פאריגן מוצאי שבת פאררופן געווארן א גרויסארטיגע אסיפה דחופה "בנים אתם" פאר אלע בחורי חסידי סערט וויזניץ ברחבי ארה"ק, זיך מחזק זיין קעגן די פגעי טעכנאלאגיע און זיך מקבל זיין די תקנות און גדרים וסייגים אין געביט פון טעכנאלאגיע.


אויף שבת שירה האבן די טויזנטער בחורים געוויילט אין רמת וויזניץ חיפה בצל הקודש, מוצאי שבת נאך הבדלה איז פארגעקומען די אסיפה וואו דער רבי האט באשיינט בראש, און עס איז געהערט געווארן דרשות דורך משפיעים ומגידים מפורסמים וועלכער האבן אויפגעשטורעמט די הערצער איבער די סכנה פון די כלים משחיתים.



Comments


bottom of page