top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' ראה • כ"ה אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אותות ומופתים באדמת בני ח"ם • 'קרישקעס' האט די וואך מיטגעהאלטן אן אינטערסאנטע עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט אין די כלל ישראל שוהל אין וואדבערן, ווען א שווארצער ערל איז זיך געקומען וואונטשן ביים ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א.

מודעה מטעם ק"ק ראחמיסטריווקא אין בארא פארק מיט די זמנים ווען די ברודער האדמורי"ם וועלן דאווענען מעריב פארן עמוד בעפאר די יארצייט טיש דעם זונטאג. איינגעטיילט צווישן די גרויסע ביהמ"ד, די אלטע ביהמ"ד בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן זצ"ל, און חדרשו הפרטי וואו דער רבי זצ"ל איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא.

האד' מלייפניק ביים משמח זיין אין א בית אבלים ל"ע אין בני ברק.

א קול מחאה מטעם קהל יטב לב ד'סאטמאר קעגן די רשעות'דיגע ציוניסטישע פאליציי וועלכע האבן גענומען די חוצפה און אויפגעהויבן זייערע הענט אויף הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים ביים עצרת מחאה פאריגע וואך קעגן די גזירת הגיוס ברחובות ירושלים.

בית צדיקים יעמוד • ברכת תנחומין פון בית המדרש הגדול 'באר משה פערמישלאן' אין שטאט מאנסי צו כ"ק אדמו"ר מפאריסוב ארה"ב שליט"א איידעם פונעם רב שליט"א נאך די הסתלקות פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מפאריסוב זצוק"ל.

האד' מוויז'ניץ גייענדיג אין ביהמ"ד ערב שבת במקום הנופש אין מאלויע שווייץ, ווערט געזעהן הרב זכרי' ראזנפעלד דער נייער מזכיר אין רבינס שטוב וועלכע איז אויפגענומען געווארן הארט פארן זומער, און וועט יעצט חודש אלול איבערלאזן זיין פריערדיגע פאזיציע אלס משגיח אין די וויזניצע ישיבה.

די בליץ-שנעלע אויפבוי פונעם גיגאנטושן בית מדרש הגדול והחדש דחסידי סאטמאר אויף 5 גארפיעלד אין קרית יואל, און די לעצטע הכנות בלויז 24 שעה איידערן צענטראלן סעודות הילולא בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י).

העסקן ר' מאטי בבציק בקודש פנימה ביי האד' מפרמישלאן איינצולאדענען צו די חתונה פון א קינד.

הגה"צ רבי ישכר דוב טויב אבד"ק קאלוב וויליאמסבורג ביים זיך אומקוקן אויף די עירוב אין טוקאמאן ארגינטינע וואו דער רב איז צוגאסט די טעג אויף א ביקור חיזוק.

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז נתניה איז מתפלל ביים ציון פונעם זיידן הגה"צ רבי שמואל אלכסנדר אונדסדארפער זצ"ל אבד"ק ראשית חכמה לקראת די בר מצוה פון זיינע צווילינג קינדער די וואך.

חסד 24/7 האט אפגעהאלטן א ריבאן קאטינג פאר דריי נייע קארן ארויסצוהעלפן די ארבעט לטובת חולי ישראל און זייערע משפחות, און איז געווען מיט די באטייליגונג פון די נדבנים, עסקנים, און פאליטישע באאמטע. אינעם בילד מוה"ר ישראל שפיצטער הי"ו מעיער פון שיכון סקווירא ביים זיך באדאנקען פאר די אליטישע באאמטע אין פאר די געטרייע עסקנים.

די וואך האט קרישקעס באמערקט אין איינע פון די ביתי מדרשים אין שטאט מאנסי אן אייגענארטיגע מודעה ארויסגעשטעלט דורך די בארימטע מאטי'ס סופערמארקוט אין שטאט, מיט א בקשה בשם האדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א בכתב יד קדשו צו מאכן הויעך ברכות לזכות ולרפואת אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מרן ישעי יעקב בן ריזל שליט"א לרפו"ש.

פון די לעצטע בילדער פון כ"ק אדמו"ר מפאריסוב זצוק"ל אין זיינע לעצטע טעג עלי אדמות ביים אנוואונטשן נאמן ביתו הר"ר מנחם יוסף הכהן קארפמאן הי"ו.

דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער איבער די ווייטאגליכע צוגאנג פון מחותנים ביי שידוכים.

נחת דקדושה • כ"ק אדמו"ר מבאיאן ביים וואונטשן נכדו הינק זוהן פון זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא שליט"א, ביי די חתונה הגדולה די וואך אין שיכון וויזניץ און בני ברק.

גג על גג • חסידים ואנשי מעשה ביים מיטהאלטן די געהויבענע שמחה הרוממה ביי די חתונה הגדולה אין די הויפן פון באיאן און וויז'ניץ אין וואך אין שיכון וויז'ניץ און בני ברק.

עסקני וויזניץ און באיאן ביים אפרייניגן דעם חלל פון ביהמ"ד איידער די ריקודין של מצוה ביים גרויסן חתונה די וואך אין בני ברק.

מעיאר פון שטאט אלעד הרב יהודה בוטבול באזוכט ביי האד' מסלאנים וועלכע האט די וואך געוויילט בקרב תלמידי הישיבה אין אלעד.

דברי חיזוק פון הרה"ג ר' שלום רוקח נכדו הגדול פון האד' מבעלזא אויפן די 'גיבור' פלאטפארמע לחיזוק שמירת עיניים - במשנתו פונעם בעל ההילולא הרה"ק מבעלזא זי"ע.

בית מדרשו של רבי • הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א איז מתפלל בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מהר"א מבעלזא זיע"א אין די טעג ארום די הילולא קדישא כ"א אב.

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים מבקר חולה זיין א נאנטן מקורב אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים.


הכנסת אורחים אין קרית טאהש לקראת שבת יארצייט דעם שב"ק פ' ראה.

האד' מספינקא אנטווערפען ביים סעודת הילולא פאריגן מוצאי לכבוד די יארצייט פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אין שטעטל קאפעל - עסטרייך.

כ"ק אדמו"ר מויזניץ-וויליאמסבורג שליט"א אין די קאנטרי אויף א באזוך ביי הנגיד ר' וועלוול כהן-רפאפורט בן הרה"ח ר' יוסף חיים יונה כהן הי"ו.

כ"ק אדמו"ר מבאיאן אויף א תפילה אין די מנהרות הכותל ביום החופה פון אן אייניקל.

כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א ביים עולה זיין לתורה אינטערוועגנס די וואך קיין מאנטריאל צו א משפחה שמחה.

סוד שיח • האדמו"ר מביאלא בני ברק אין א שמועס מיט הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א אינעם בנין הכנסת אורחים אין פשיסחא פולין.

ביים סעודת הילולא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אין שטעטל בורמעטה ענגלאנד, ווערן געזעהן הגה"צ רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען, הגה"צ רבי דוד האלפרין גאב"ד הענדאן, הגה"צ אבד"ק טשארקטוב לאנדאן, הגה"צ רבי אברהם יהושע רייך דומ"ץ צאנז אנטווערפען און הגה"ח ר' לייבל סטעמפל שליט"א נכד הקדושת ציון מבאבוב זי"ע.

די הערליכע נייע זמירות המפואר וואס איז ערשינען לרגל די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי האד' מנאדבורנא באניא וואס דער רבי שליט"א האט מוציא געוועהן לאור עולם.

און דער נאמען פונעם היי-יעריגן שפיל איז… ביי אן אווענט אין קעמפ 'אורות' אין די HCS רעזארט איז היינט אנאנסירט געווארן דעם נאמען פונעם שפיל דעם קומענדיגן חוה״מ סוכות פארן געשפאנטן ציבור. איבערן שטעטל וועט פארקומען דעם קומענדיגן חוה״מ סוכות הבעל״ט, ווערנדיג פראדוצירט דורך ר׳ שלמה שטיינמעץ הי״ו און ר׳ אליעזר נייהויז הי״ו פון די בארימטע ׳שטיינהויז פראדאקשן׳ באגלייט מיט די טאלאנטפולע אקטיארן פון די ׳אונטערן חבריא׳.

 

א ברכת מזל טוב פארן שליח בית דין ושלוחא דרחמנא העסקן ר' שמעון שישא לרגל שמחת הולדת בתו למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר החתן שלמה זלמן שטערן ני"ו הויז בחור ביי כ"ק אדמו"ר צאנז קלויזענבורג שליט"א לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ולמזל טוב.


Comments


bottom of page