top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וזרח השמש • ערשטע שבת בצל הגה"צ רבי יוסף נפתלי וואגשאהל האד' משינאווא נאכן איבערנעמען כתר האדמור"ות

זונטאג פ' ראה - י"ט אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעדיט: From The Rabbis


וזרח השמש ובא השמש


א געהויבענע שבת איז פאריבער שטייענדיג בימי השבעה צו די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל, בצל הקודש פון ממלא מקומו בקודש כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי יוסף נפתלי וואגשאהל שליט"א אדמו"ר משינאווא, וועלכער האט געפראוועט די תפילות און שלש סעודות במקום שהתפללו אבותיו, אין ביהמ"ד קהל דברי יחזקאל שינאווא אין מאנסי, וואו עס האט זיך באטייליגט א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה.


פארלאפענעם וואך ביי די מסע הלו' פון כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל האט בנו הרה"צ ר' חיים מאיר וואגשאהל אויפגענימען אלס ממלא מקומו זיין עלטערן ברודער הרה"צ רבי יוסף נפתלי וואגשאהל שליט"א לעמוד לשרת בקודש באדמורו"ת שינאווא, און ווייטער אנפירן דאס בית מדרש לתפארת אבותיו הקדושים, על פי צוואתו פונעם רבי'ן זצ''ל וועלכע האט בחיים חיותו אויסגעדריקט רצון קדשו אז זיין צווייטן זוהן בנו חביבו הרה''צ רבי יוסף נפתלי שליט''א זאל לאחר ימיו ושנותיו איבערנעמען די הנהגה.


הרה''צ רבי יוסף נפתלי איז אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, און האט גענאסן גרויס חביבות און א קרבה יתירה ביי זקנו הרה"ק רבי יענקע'לע מפשעווארסק זי"ע וועלכע האט פערזענדליך באאויפטראגט דעם חשובן אייניקל ארויסצוגעבן לאור עולם די בארימטער ספרים י"ג אורות - די סיפורי קודש וואס הרה''ק רבי יענקעלע האט דערציילט דורכאויס די יאהרן און איהם געשטעלט אלס שליח עוסק צו זיין אין די מלאכת הקודש.


די רבי שליט"א איז פקיע שמיה אלס אן אויסגערופענער תלמיד חכם וירא שמים מרבים, זייענדיג א מרביץ תורה אין ישיבה לצעירים וויזניץ במקום מושבו אין אנטווערפן ועל כולם שיינט ער ארויס מיט זיין זיין געוואלדיגער צוגאנג, וואס ער איז מאיר פנים לכל דורש ומבקש, דאראונטער פילע אינגעלייט וועלכע זענען צו איהם מקושר אין טוען נהנה זיין פון איהם עצה ותושיה, כי לו נאה ויאה הנזר והעטרה, צו שטיין אין שפיץ פון דעם בית גדול לתורה ולתפלה וועלכע ווירבעלט טאג טעגליך מיט פילע מניני תפילה שיעורי תורה אין ממשיך זיין דעם שלשלת הזהב לשם ולתפארת.


דעם ליל שבת קודש צווישן מנחה און קבלת שבת האט אויפגעטרעטן דער ראש הקהל הרב מרדכי עלנבויגן, וועלכער האט בשם די גאנצע קהילה געוואונטשן מזל טוב פארן נייעם רבי'ן, למען יאריך ימים על ממלכתו מיט די ריכטיגע סייעתא דשמיא און זכות אבות מן שמיא. נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער ביים רבי'ן וואונטשן א גוט שבת און מזל טוב, פאר העכער א שעה צייט האבן זיך הונדערטער אידן געשלענגלט צו וואונטשן דעם רבי'ן, אויך פון אנדערע שוהלן איבער די גאנצע שטאט איז מען געקומען וואונטשן דעם רבי'ן לרגל די הכתרה.


שטייענדיג אין די ימי השבעה איז נישט פארגעקומען קיין טיש פרייטאג צונאכטס, שבת אינדערפרי האט דער רבי שליט"א עולה געווען שישי, און געמאכט א מי שברך פאר אלע ברידער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.


שבת נאכמיטאג ביי מנחה איז דער רבי געגאנגען הגבה, ביי שלש סעודות האט דער רבי פארגעזינגען די זמירות, און אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש, אויסדרוקענדיג די געוואלדיגע הכרת הטוב פארן ברודער הגה"צ ר' חיים מאיר וואגשאהל שליט"א, וועלכער האט זיך גאר שטארק אפגעגעבן מיטן טאטן דער רבי זצ"ל, בפרט אין די לעצטע יארן ווען ער איז געשטאנען געטריי פיר און צוואנציג שעה למען בריאות גופו הטהור.


אין די נאנטע צוקונפט וועט דער רבי שליט"א זיך אריבערציען ממקום מושבו אין אנטווערפען, אנצופירן די בית המדרש און די עדה הקדושה, און זיין א ריכטיגער שיין פאר די גאנצע שטאט מאנסי בתורה וחסידות.


יאריך ימים על ממלכתו.



bottom of page