top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מרא דארעא קדישא כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א פראוועט מסיבת לחיים והודאה

זונטאג פ' דברים תש"פ


מיט פרייליכע רגשי התרגשות איינגעהילט מיט א שבח והודי' לחי עולמים, איז דעם פארלאפענעם זונטאג געפראוועט געווארן א 'מסיבת לחיים והודאה' ווען מרא דארעא קדישא כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט זיך ב"ה גענצליך ערהוילט פון דעם ביטערן וויירוס. די מסיבת לחיים איז פארגעקומען אין גאר א פאסיגע טאג אור ליום יד' תמוז, זיבעצן יאר נאך די התמנות פון מרן דער רב שליט"א לכהן פאר לכל מקהלות האשכנזים בעהי"ק ירושלים תובב"א. זינט דאן איז ברייט באקאנט און בארימט כמה גדולים מעשיו להרמת קרנה פון דאס יהדות החרדית וואו דער רב לשיט,א פירט די הייליגע הנהגה אפהיטענדיג אויף עטרת ירושלים שמשם תצא תורה הוראה לישראל ומצודתו פרוסה בכל רחבי תבל. די מסיבה איז פארגעקומען אין צייטווייליגן ביהמ"ד בביתו נאוה קודש און איז געווען געווידמעט בלויז פאר די פאמיליע פון רב לשיט"א און אן ענגע צאך משמים וועלכע האבן געהאט די זכיה זיך מיטצופרייען בשמחתו פון רב שליט"א און נהנה זיין פון די נאנט מהדר גאונו.

דורכאויס די מסיבה האט דער רב געוואונטשן לחיים פאר די פארזאמעלחטע און דערנאך געזינגען דעם ניגון 'וטהר לבנו' מיט א שטארקע התעוררות און א קאך. אשרי עין ראתה כל אלה. אויפמצומארגענס צווישן מנחה און מעריב האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א שטארקע שמועס פאר די מתפללים אינעם צייטווייליגן ביהמ"ד בביתו נאוה קודש וואו ער האט שטארק באטאנט די וויכטיגקייט פון אויסהערן און אויספאלגען די הוראות פון גדולי ישראל. די ווערטער פון רב האבן איבערגעלאזט א שטארקן רושם און כלל ישראל קוקט ארויס און בעהט במעגלי צדק ינחינו און דער ב שליט"א זאל אונז בקרוב פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.

*

כ"ק מרן הגה"ק גאב"ד ירושלים זצוק"ל ביים פארזונגען 'וטהר ליבנו לעבדך באמת' ביים מסיבת לחיים והודאה


Comments


bottom of page