top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיכון סקווירא • הערליכע שבע ברכות בשילוב מיטן מעמד 'כבוד התורה' פאר לומדי כולל יום ראשון לבעלי בתים

דינסטאג פ' שופטים - כ"ח אב תשפ"ג | קול בחצרות


דעם פארלאפנעם וואך זונטאג ראה איז פארגעקומען אין שיכון סקווירא אן עלעגאנטע שבע ברכות אינאיינעם מיטן מעמד 'כבוד התורה' פאר א קבוצה פון אריבער צוויי הונדערט יונגעלייט פון שטעטל, וואס זענען אנגעשלאסן אינעם 'כולל יום ראשון לבעלי בתים'.


די כולל יום ראשון איז געגרינדעט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק, און איז געאייגענט פאר אידן וואס זענען טרוד במשכ'ן וואך על המחיה ועל הכלכלה, און נוצן אויס די זונטאג ווען מען גייט נישט צו די ארבעט, עוסק צו זיין בלימוד התורה בחבורה, ווי מען קומט זיך צוזאם מידי שבעה בשבוע, אינם עזרת נשים פון ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא און מ'איז עוסק בחבורה על התורה פאר עטליכע שעה.


די מסיבה איז פארגעקומען אין די זאלן פון 'עטרת טשארנא' געאייגענט פאר די משתתפי הכולל און זייערע משפחות, און איז געווארן באשיינט דורך כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א, עס איז געוועהן בשילוב מיט די שמחת השבע ברכות פון אן איינקיל ביים רבי'ן, בת לחתנו כ''ק האדמו"ר מזוועהיל שליט"א, מיט החתן אייניקל פון כ''ק האדמו"ר מקרעטשניף שליט"א.


בעפאר די שבע ברכות איז פארגעקומען א סדר הלימוד אינעם זאל, פון די בעלי בתים האבן עוסק געווען בלימוד התורה פאר דריי שעה ברציפות. דערנאך איז דער סקווערער רבי שליט"א ערשינען אינעם זאל. אלס יושב ראש האט אויפגעטרעטן העסקן ר' יודל בירנהאק. עס איז אפגעהאלטן געווארן א רייכער פאנעל מיט עטליכע לומדים אינעם כולל, און אלס נואם הכבוד האט אויפגעטראטן דער בארימטער פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א רב דביהמ"ד קדושת יו"ט וויליאמסבורג, וואו ער האט ארומגערעדט בשבח פון די חשובע ארבעטס יונגערלייט וואס רייסן זיך אוועק ווועכנטליך צו קומען הארעווען אין ביהמ"ד במסגרת פונעם 'זונטאג כולל'. דער משמח אלוקים ואנשים ר' יוסף חיים ראטנשטרייך האט אויפגעטראטן מיט דברי בדחנות.


נאכן פלייש האט דער רבי שליט"א משמיע געווען א לענגערע שיחות קודש, ווי ציערשט האט די רבי מאריך געווען בדיבור איבער די חשיבות פון 'קבעות עתים לתתורה', ובפרט ביי יונגעלייט וואס זענען דארכאויס די וואך טרוד מיט די דאגת הפרנסה, און דערנאך גערעדט איבער די מהות פון א חסידישער יונגערמאן, וואס דארף זיך אנזעהן אלעמאל, סיי ביים לערנען און אינדערהיים, און ביים ארבעטס פלאץ. נאך די דברות קודש האט זיך די גאנצע עולם אויפגעשטעלט טאנצן בשמחת התורה פאר א לענגערע צייט.


צום שלוס זענען אלע יונגעלייט דורך ביים רבי'ן מקבל זיין ברכות קדשו, און די רבי שליט"א האט געשיקט פון די כוס של ברכה פאר עטליכע עסקנים פונעם זונטאג כולל.







































Comments


bottom of page