top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז קלויזענבורג מיטגעהאלטן די בוי ארבעט צו פארגרעסערן דעם ביהמ"ד הגדול

דינסטאג פ' ראה - כ"א אב תשפ"ג | קול בחצרות


היינט איז כ''ק אדמו''ר מצאנז קלויזענבורג שליט''א אראפגעקומען צום ביהמ''ד הגדול אין בארא פארק אין מיטגעהאלטן די העפטיגע רענאוואציע ארבעט צו מרחיב זיין די גבולי הקדושה פון פארגרעסערן די היכל בהמ"ד הגדול לקראת די קומענדיגע ירח האיתנים הבעל"ט.


די עסקנים אויפן ארט האבן איבערגעגעבן א באריכט פארן רבי'ן איבער די מלאכת הבנייה, אין צוגעוויזן די צענדליגע שטאלענע ביעמס וואס זענען אינסטאלירט געווארן צו באפעסטיגן די שטאק פונעם היכל ביהמ"ד, אז די היכל זאל קענען ארייננעמען מער וואג לויט די אנווייזונגען פון די אינזשענירן, און די לעצטע הכנות צו ארייננעמען די גאנצע שטאק וואו עס געפונט זיך די גרויסע היכל ביהמ"ד, אריינגערעכנט די חדרי תפילה און די פאליש פארנט, אלס איין גרויסע היכל ביהמ"ד און וועט לויט ווי עס זעהט יעצט אויס צוברענגען העכער 500 זיץ פלעצער אינעם ביהמ''ד.
















Comments


bottom of page