top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא אין בר מצוה בחצר הקודש בעלזא געפראוועט מיט גרויס דערהויבנקייט

זונטאג פ' שופטים - כ"ו אב תשפ"ג | קול בחצרות


א גרויס התעוררות האט געהערשט אין די טעג פון דער יומא דהילולא קדישא כ"א אב פון דעם ראש גולת אריאל, קדוש ישראל ותפארתו הרה"ק מבעלזא זי"ע, בעת ווען טויזנטער אידן האבן זיך משתטח געווען על ציונו הק' במרומי הר המנוחות, ווי אויך ביי די כינוסים וסעודות הילולא וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן אין צענדליגע מקומות, בפרט האבן טויזנטער חסידי בעלזא געפראוועט דעם יומא אריכתא בצילא דמהימנותא עילאה פונעם ממשיך שלשלת הקודש כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א געפלאכטן מיט די שמחה רוממה בחצר הקודש די בר מצווה פון נכדו הב' אשר ישעי' יהודה זון פון בנו יחידו הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א.


מאנטאג נאכט האט זיך פארזאמלט א גרויסער ציבור אינעם קריה נאמנה אין קרית בעלזא ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אריינגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד לכבוד די יארצייט, נאך מעריב איז די רב אריינגעקומען אינעם היכל א גרויסע שטוב און אפגעראכטן די מסיבת 'לעקיך און בראנפין' כנהוג, די רב האט דערציילט סיפורים ועובדות פונעם צדיק נשגב די בעל הילולא, און דערנאך מכבד געווען צו דערציילן בנו הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח און די זקני החסידים הגאון ר' יוסף באב"ד מלפנים דומ"ץ בעלזא לאנדאן, די דיין הגאון ר' אלי' ווינד, און די משמש בקודש הרה"ח ר' שמעון וואלף קליין, ווי די רב האט בין הפרקים מוסיף געווען שיינע ענינים פונעם בעל הילולא.


דינסטאג אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש די מעמד הנחת תפילין, די רב שליט"א האט תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור און דערנאך אריינגעקומען אויף תפילת שחרית אין גרויסן היכל, ווי הרה"צ רבי אהרן מרדכי האט יורד געווען לפני התיבה און די רב האט געזאגט די קדישים, נאכן דאווענען האט די רבי געדינט אלס סנדק ביי א ברית. דערנאך איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש א מסיבת לחיים לכבוד די שמחת הנחת תפילין, ווי די רב האט געשאנקען פארן חתן הבר מצווה דרשה געשאנק דעם ספר אור הישר און איהם איבערגעזאגט די הדרכות ישרות וואס הרה"ק מבעלזא זי"ע פלעגט זאגן פאר בר מצווה בחורים כנהוג, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.


אין די נאכמיטאג שעהן איז דער רב אַרויפגעגאַנגען צום ציון הק' במרומי הר המנוחות אין באגלייטונג פון טויזנטער חסידים, דאס יאהר איז אויפגעשטעלט געווארן א ספעציעלע פלאטפארמע ביים ציון הק' אויף וואס די רב שליט"א איז געזעצן בשעת דער מעמד עליה לציון, די רב שליט"א האט געדינט אלס שליח ציבור צו אמירת ספר רביעי שבתהילים און די יהי רצון וואָס איז נאָכגעפאָלגט געווארן מיט שטארקע התעוררות פונעם גאנצן ציבור, און דערנאך געזאגט קדיש, נאך קל מלא רחמים האט די רב געזאגט תורה כנהוג, און דערנאך מפריש געווען צדקה פאר מרכז מוסדות בעלזא, אויך האט די רב געליינט די קוויטל פון די בני המשפחה און זיך אויסגעבעטן א תפילה חרישית להפקד בדבר ישועה ורחמים. אנגעהויבן פון ארום זעקס אזייגער נאכמיטאג איז געווען צוגעשטעלט זיך צו וואשן צום סעודת הילולא פאר די טויזנטער חסידים אין די זאלן פון בית מדרש הגדול, אום 7:30 איז די רב ערשינען אינעם גרויסן שטוב צום שולחן הטהור סעודת הילולא וואס איז געווען באגלייט מיט כלי זמר לכבוד די שמחת הבר מצווה, צום ערשט איז פארגעקומען די סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די חסידים לעילוי נשמתו הטהורה, ווי עטליכע פון חשובי העדה האבן מסיים געווען ש"ס. די רב האט געזאגט תורה און געבענטשט על הכוס, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט פילע ניגוני שמחה און שבח והודאה בתופים ובמחולות לכבוד די שמחת הבר מצווה, ביים ענדע האט זיך די רב אויפגעשטעלט אויף א רקידה אויפן אויבן אן און א באזונדערע ריקוד מיטן חתן הבר מצווה. ביים טיש האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון צענדליגער אדמורי"ם רבנים ומרביצי תורה צווישן זיי די געהויבענע זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, האדמורי"ם מפינסק קארלין - פיטסבורג - נאראל - סטראפקוב - גארליץ - באסטאן - באסטאן ביתר - בערגסאז - ספינקא ירושלים - טריסק - שאץ ירושלים. הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי, הגה"צ אב"ד סקאהל, הגה"צ אב"ד מאור חיים ירושלים, הגה"צ רבי לייבוש רובין אב"ד צעצישינוב און נאך. באזונדער האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב"י, וואס האט ווי באריכטעט באשיינט די שמחה במלוא הדרו, די ראש ישיבה האט געשאנקען זיין ספר 'שערי אורה' אלס דורון דרשה פארן בר מצווה בחור, און צוגעוויזן פארן רב די הקדשה וואס ער האט אריינגעשריבן דערין, דערנאך איז דער ראש ישיבה פארבעטן געווארן צו זאגן אפאר ווערטער, די ראש ישיבה האט ארומגערעט בשבח פון די עדה הקדושה די בעלזער קהילה, און ארויסגעברענגט דאס גרויס הערצה וואס די שווער פונוביז'ער ראש ישיבה הרב שך זצ"ל האט געהאט צום בעלזא רב שליט"א. נאך ווען די רב האט פארלאזט דעם היכל, איז הרה"צ ר' אהרן מרדכי פארבליבן און מעודד געווען די ריקודין וואס האט אנגעהאלטן פאר קרוב צו צוויי שעה ביתר שאת ועוז, אינצווישן זענען די טויזנטער חסידים אריבער וואונטשן מזל טוב פאר הרה"צ ר' אהרן מרדכי וועלכע האט געשאנקען א מזכרת א תהילים און מנחה מעריב עבודת השם פאר די פארזאמלטע.















































































Comments


bottom of page