פרייטאג פ' ואתחנן - י' אב תשפ"ג | קול בחצרות
מיט גרויס התרגשות אין ערווארטונג גרייטן זיך חסידי טשערנאביל אין דער שטאט אלעד אין בפרט די תלמידי הישיבה גדולה דחסידי טשערנאביל מיטצולעבן א געהויבענער שבת בצל הקודש פון כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל שליט''א וואס וועט ארויסקומען קיין אלעד אויף דעם קומענדיגן שבת פ' עקב הבעל''ט לרגל די שבת של שמחה במעונו פונעם רבינ'ס יונגסטער ברידער הרה''צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אב''ד טשערנאביל אין אלעד - די שבת עלייה לתורה פון בנו החתן, בן זקונים פונעם רב שליט''א.
צו דעם געלעגנהייט איז די רבי שליט''א נעתר געוועהן צו די בקשה פון די קהילה אין אלעד אין פראווען א שבת בקרב הקהילה, נאך עטליכע יאהר וואס די רבי איז נישט געוועהן צוגאסט אויף שבת אין שטאט. דערצו וועלן די תלמידי ישיבה גדולה וועלכע האבן זיך דעם יאהר אריבערגעצויגן צום נייעם פראכטפולן בנין הישיבה אין אלעד - האבן די זכיה מיטצוהאלטן א שבת בצל הקודש פונעם נשיא הישיבה דער טשערנאבלער רבי שליט''א בתוככי הישיבה.
אלע תפילות אין טישן דורכאויס שבת וועלן אפגעראכטן ווערן אינעם היכל הישיבה, וואס וועט ווערן איינגערישט ביזן מאקסימום צו קענען ענטפאנגען די פילע חסידים אין געסט וואס זענען ערוואַרטעט מיטצוהאלטן דעם ליכטיגן שבת. די עסקנים און סדרנים זענען שוין פולשטענדיג איינגעשפאנט אין די פילזייטיגע הכנות, צוצוגרייטן דעם שבת אויפן שענסטן פארנעם אין אראנזשירן אכסניות און אש"ל מלא, פאר די אורחים חשובים מקרוב ומרחוק.
Comments