top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בוי ארבעט ביים ביהמ''ד הגדול תולדות אברהם יצחק פראגרעסירט אין פולן שוואונג צו זיין גרייט ירח האיתנים

מונטאג פ' חקת בלק - ז' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי תולדות אברהם יצחק בעיר הקודש ירושלים האלטן מיט די פארשריט ביים שטח הבניה, וואו עס ווערט געבויעט די הערליכע בנין בית המדרש הגדול והחדש דחסידי תולדות אברהם יצחק וואס וועט פארגרעסערט ווערן צו כמעט 7,000 סקווער פיס, וואו עס גייט אן פיבערהאפטיגע בוי ארבעט אויף א שנעלן טעמפא, צו קענען האבן דעם בית המדרש גרייט אזוי פרי ווי דעם קומענדיגן ירח האיתנים חודש תשרי תשפ"ד הבאים לקראתינו לשלום.


פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א כינוס הסברה אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים, וואו דער בארימטער עסקן הרב יואל וועבער האט אויפגעטרעטן און אויסגעקלארט פארן ציבור די פונקטליכע פלענער איבער די בוי פראיעקט. ארויסברענגענדיג די מסירת נפש וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א טוט אריינלייגן בדם לבבו צו פארווירקליכן דעם פראיעקט ווי אמשנעלסטן, און די געוואלדיגע הצלחה און סייעתא דשמיא וואס מ'זעהט אויף יעדן טריט און שריט.


ווי געמאלדן האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט אויפצוגראבן אונטערן בנין נאך א שטאק מיט שטארקע יסודות, וואו עס וועט ווערן אוועקגעשטעלט די תלמוד תורה, אין א פרישער שטאק פון שטיבלעך, קאווע צימער, פארגרעסערטע מקוה און ביה"כ ווערט אויסגעגראבן אונטערן ביהמ"ד. די בית המדרש זעלבסט וועט ווערן אויפגעבויעט אויף א העכערע שטאק, און וועט ענהאלטן גאנצע ניין הונדערט זיץ פלעצער אינעם היכל אליינס, אין צוגאב צו נאך ניין הונדערט פלעצער אויף די גאלעריעס פאר די מענער, אויסער די גאלעריעס וואס ווערט געבויעט פאר די פרויען אלס אן עזרת נשים.


די חלל הביהמ"ד וועט זיין דאפלט אזוי גרויס ווי ביז היינט, מיט געניג פלאץ צו קענען אקאמאדירן די גרויסע טישן און מעמדים בחצר הקודש, אין צוגאב צו נאך פילע פלעצער אונטער די צוויי שטאקן גאלעריעס אויף דריי זייטן פונעם ביהמ"ד, איינס פאר עזרת נשים און די צווייטע פאר נאנט צו טויזנט מענער שטיי-פלעצער וואס איז ערווארטעט צוצוברענגען א געוואלדיגע הרחבת הדעת ביי די חסידים דורכאויס די קומענדיגע פאר יאר.


אויסצוארבעטן אלע דעטאלן על פי הלכה, וואס מ'מעג צעווארפן און וואס מ'דארף לאזן ווי אמאל, זענען אראפגערופן געווארן גרויסע מומחים סיי אין די בויען אינדוסטריע, און אזוי אויך גדולי הרבנים וועלכע קענען זיך גוט אויס אין דעם געביט, הגאון ר' שמואל בראנדסדארפער שליט"א חבר ביד"ץ העדה החרדית, הגאון ר' יקותיאל ליבערמאן אב"ד סאדיגורא ירושלים, און נאך עטליכע דיינים וואס האבן דורכגעטון אלע שאלות בכובד ראש.


די בוי ארבעט גייט אן אין פולן שוואונג, ווען די געטרייע עסקנים אין חוץ לארץ טוען שאפן ריזיגע סכומים צו פאראויסשטופן די בוי פראיעקט בארץ הקודש, יעדן איינציגן טאג רוקט מען זיך פאראויס בסייעתא דשמיא, און א ארמיי פון עסקנים שטייען מאביליזירט ארויסצוהעלפן די מעכטיגע פראיעקט מיט צוויי רעכטע הענט, א פראיעקט פון ארום פינף מיליאן דאללער וואס איז ערווארטעט פארענדיגט צו ווערן אין בלויז געציילטע חדשים.


א צייטווייליגער ביהמ"ד איז דערווייל געווארן אויפגעבויט אויף רחוב סאלאנט ביים ביהמ''ד הגדול סלונים, אויף ביז ענדע פונעם ערשטן פאזע פון דער בוי פראיעקט.

















Comments


bottom of page