top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קִרְאוּ עֲצָרָה • לעצטע הכנות צום עצרת תפילה רבתי בחוצות העיר בארא פארק

דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ז תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין בארא פארק קומען פאר די לעצטע הכנות צום גרויסן עצרת תפילה והתעוררות וואס איז פאררופו געווארן דורך די גדולי האדמורי''ם והרבנים ברחובת עיר בארא פארק היינט דאנערשטאג נאכמיטאג, איינצורייסן פאר א ישועה מן השמים, אידישע קינדער זאלן ניצול ווערן מכל צרה וצוקה ומכל מיתה משונה. וואו עס ווערט געמאלדן פון די עסקנים וועט דער זקן רבני העיר הגאון הצדיק הישיש רבי משה וואלפסאן שליט"א אב"ד אמונת ישראל פארזאגן פרקי תהילים, אין מען וועט הערן דברי חיזוק דורך א לייוו הוקאפ פון ארץ ישראל דורך המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.


די עצרת וועט פארקומען אויף די 14טע עוועניו פון די 45'סטע גאס ביז די 55'סטע גאס. די בעל תפילה וועט שטיין אויף א הויכע פלאטפארמע ביי די 50'סטע גאס, עס וועט נישט זיין קיין בימת הכבוד פאר די אדמו"רים ורבנים אין די גאס צווישן 50 אין 51 וועט זיין אפגעשפארט במיוחד פאר די אדמו"רים ורבנים שליט"א.


מטעם מערערע קהילות קדושות איז ארויסגעשטעלט געווארן מודעות מיט א רוף צום ציבור אנטייל צו נעמען ביי דעם עצרת, צווישן זיי ק''ק: בעלזא, גור, באבוב 45, צאנז קלויזנבורג, וויזניץ בארא פארק, ראחמיסטריווקא, וויז'ניץ, אמונות ישראל, תולדות יהודה, אלכסנדר, אין קארלין סטאלין.


נעכטן האבן אלע חדרים אין מוסדות התורה אין שטאט אהיים געשיקט צעטלעך מיט די קינדער וואו די הנהלת המוסדות איז מודיע פאר די עלטערן איבער די גרויסער עצרת תפילה וואס וועט זיך אנהייבן 5:00 נאכמיטאג היינט דאנערשטאג בחוצות העיר בארא פארק.









Comments


bottom of page