top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כבה נר המערבי • הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנער זצוק"ל למנוחות עולמים

מונטאג פ' דברים - כ"ח תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעידט: יהושע פרוכטר


גלה כבוד מישראל כי כבה נר המערבי


אוי נא לה אמרה ירושלים כי אבדה כלי חמדתה.


מיט פארקלעמטע הערצער און שווערע געמיטער ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה יוצא משערי העיר ירושלים, איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא נהורא נפישא משרידי דור הישן, פאר מקדושים ונצר לשלשלת קודש, הגאון הצדיק המקובל רבי אהרן מרדכי רוטנער זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא, וועלכער איז יעצט ביינאכט נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון זעקס און ניינציג יאר.


די פטירה פון הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי רופט ארויס גרויס טרויער ביי שלומי אמוני ישראל, הונדערטער טויזענטער אידן וואס האבן זוכה געווען זיך צו דערווארעמען לאורו, טויזענטער חסידי בעלזא וועלכע האבן ארויפגעקוקט אויף דעם געהויבענעם איד, וועלכער האט זוכה געווען משמש צו זיין בקודש פנימה ביי מורו ורבו הרה"ק מבעלזא זי"ע, אין א בחינה פון עבד מלך כמלך, און געווען א דולה ומשקה מתורת רבו הגדול פאר די פילע אידן המשכימים לפתחו.


די עולם הקבלה באוויינט די ביטערע אבידה פון האי גאון בתורת הקבלה, לאנגיעריגער מרביץ תורה אין ישיבת המקובלים שער השמים, וואו ער האט מעמיד געווען תלמידים לאלפים מיט א מורא'דיגע בהירות. אזוי אויך האט ער מרביץ תורה געווען לאנגע יארן אויף א טעגליכע פארנעם אין די בארימטע טשעבינע ישיבה אין ירושלים, און געווען פון די געהויבענע משפיעים בחצר הקודש בעלזא, זייענדיג א דיין ומורה צדק אין ביד"ץ דקהל מחזיקי הדת.


הרה"צ ר' אהרן מרדכי איז געווען א זון פון הגאון הגדול רבי נחמן רוטנער זצ"ל אב"ד ברעזיף, און א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים הרה"צ ר' יוסף מאיר כהנא זצ"ל, ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן א הערליכע דור בנין וחתנין רבנן אדמורי"ם רבנים דיינים מורי צדק ומרביצי תורה, אין וועלכע עס ציילן זיך זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א, זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מטאלטשאווא שליט"א, זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מראזלא ביתר שליט"א, בנו כ"ק אדמו"ר מספינקא בית שמש, און נאך חשובע רבנים ודיינים.


אבידה היא שאין לה תמורה, פרטים איבער די גרויסע לוויה וועט נאכפאלגן, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

Comments


bottom of page