top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענעם שבת אויפרוף בחצר המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן געפראוועט בחוצות ירושלים

מונטאג פ' כי תצא - ד' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


דעם שבת האט זיך אנגעהויבן די קייט פון די געהויבענע ימי שמחה חדווה במעונו פונעם מלהיב לבבות ישראל לאביהן שבשמים המשפיע המפורסם הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א,  ביים שבת שכולו הוד די עלייה לתורה פון בנו החתן וואס איז געפראוועט געווארן בחוצות ירושלים מיט די באטייליגונג פון טויזנטער אידן, אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעטשעלט געווארן ביים מתחם שנלר בעיה"ק ירושלים, דורכאויס שבת האט זיך אנגעזעהן דער שטראם פון מאסן טויזנטער אידן זקנים עם נערים וואס האבן געמאכט דעם וועג צום שאטער ומה נהדר היה המראה, מיטהאלטנדיג די הייליגע ריקודין און יראה עילאה פון אזויפיל טויזנטער אידן, ברשפי אש שלהבת קה מיט א התרוממות הנפש.


א באזונדערע היכל התפילה איז איינגערישט געווארן אינעם גרויסן אודיטוריום אויף רח' מנחת יצחק ווי מען האט געדאווענט די תפילות דורכאויס שבת, ערב שבת האט די משפיע אנגעטוהן די שטריימל פארן חתן, די סעודות שבת קודש האט די משפיע געפראוועט בצוותא חדא אינאיינעם מיט די געסט אינעם זאל פונעם קלויז הגדול דחסידי באיאן נאכגעפאלגט מיט די שבת אחים אינעם גרויסן שאטער וואס האט האט אנגעהאלטן מיט גרויס התעלות עד אור הבוקר.


שבת אונדערפרי האט זיך דאס דאווענען פארצויגן בהתרוממות עילאה ביז דריי דרייסיג נאכמיטאג נאכגעפאלגט מיט די קידושא רבא לכבוד השמחה הרוממה, צווישן די פילען געסט וואס האבן זיך משתתף געוועהן דורכאויס שבת האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם רבנים ואנשים חשובים צווישן זיי די פעטער'ס האחים האדמורי"ם מזוטשקא אמסנא, זוטשקא ירושלים און זוטשקא מאנסי, די זיידע פון כלה הגה''צ רבי שמואל לוריא דומ"ץ וויז'ניץ אנטווערפן, די פעטער הרה"צ ר' ישראל גאלדמאן מזוועהיל און נאך.


די קלימאקס פונעם שבת איז געוויס געווען בעת רעווא דרעווין וואס האט זיך אנגעהויבן מיט ניגוני דבקות און פייערדיגע דיבורים היוצאים מן הלב וואס די משפיע האט ארומגערעט כהכנה לקראת ימי הרחמים והרצון, ביים זמן רבינו תם האט דער משפיע ממשיך געוועהן די פייערדיגער דיברווים דורך א מייק, וואס האט נאכגעפאלגט מיט ריקודין נלהבין בכלי זמר לכבוד די שמחת הפארשפיל וואס האבן אנגעהאלטן א לענגערע וויילע.


א חרדת קודש האט ארומגענימען די ציבור האלפים בעת ווען עס האט מופיע געווען פאר הדור והדרו הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכע האט זיך מטריח געווען בטירחה דגברא רבה צו באשיינען די שמחה, מען האט ענטפאנגען בשירה וזמרה, און הרה"צ רבי יעקב מאיר האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט'ן משפיע שליט"א, און מיטגעהאלטן די שמחה פאר קרוב צו א דריי פערטל שעה בנהירו עילאה, א לענגערע צייט האט מען איבערגעזינגען דעם ניגון 'יומם יצווה ה' חסדו' וואס רבי יעקב מאיר האט אליין פארפאסט, אזוי אויך האט הרה"צ ר' יעקב מאיר פארגעזינגען און אויסגעלערנט פארן ציבור א ניגון שמחה וואס מען האט איבערגעזינגען מיט גרויס התלהבות, די שמחה האט ממשיך געווען ביתר שאת ועוז,  עס איז שוין געוועהן קרוב לחצות הלילה ווען מען האט פארענגידט מעריב אין הבדלה.



























































































댓글


bottom of page